קהילת בני תורה שחיטה

פֿון װיקיפּעדיע

כ"ה מרחשון תשע"ה האט פאסירט אין ירושלים א שרעקליכע שחיטה, ווען צוויי מוסלעמענישע טעראריסטן פון דזשאבל מוכאבער זענען אריינגעקומען אין דער קהילת בני תורה שול אין הר נוף אינמיטן שחרית באוואפנט מיט מעסערס, א האק און א ביקס און האבן אטאקירט די מתפללים וועלכע האבן געהאלטן אינמיטן דאווענען שטילע שמו"ע.

פיר פון די מתפללים זענען באלד אומגעקומען, ווי אויך איין פאליציאנט שפעטער פון זיינע וואונדן. נאך זיבן מענטשן זענען שטארק פארוואונדעט געווארן ביז די פאליציי האבן ענדליך געשאסן די טעראריסטן צום טויט.

אטאקע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בערך אזייגער זיבענע אינדערפרי, אינמיטן איינע פון די שחרית מנינים אין קהילת בני תורה אין הר נוף, זענען די צוויי אטאקירער אריין אין בית המדרש מיט האקן, פליישהאקערס. צוויי פארקער פאליציי האבן געהערט דעם טומל און זענען אריינגעלאפן אין דער שול צו כאפן די אטאקירער. זיי זענען געווארן שטארק פארוואונדעט, און איינער פון זיי איז שפעטער געשטארבן פון זיינע וואונדן. דערנאך איז אריינגעקומען א דריטער פאליצאנט וואס האט געשאסן די טעראריסטן.

אומגעקומענע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פיר מתפללים זענען ליידער אומגעקומען: די אמעריקאנער רבי משה טווערסקי (59) פון תורת משה כולל, רבי קלמן לעווין (55) און ר' אריה קופינסקי (43), דער ענגלענדער ר' אברהם שמואל גאלדבערג (68). אויך איז אומגעקומען דער דרוזישער פאליצאנט זידאן סאַאיף. נאך זיבן מענער זענען געווארן פארוואונדעט, צוויי פון זיי געפערלעך.

רעאקציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביי די מוסלעמענער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פי עף על פי האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקע, כאמאס האט געזאגט אז דאס איז א נקמה פאר א פאלעסטינער באס דריווער וועלכער האט זיך געהאנגען. די איסלאמישע דזשיהאד האט דאס אויסגעלויבט.

ווי נאר די נייעס איז באקאנט געווארן אין עזה פאס, האט מען דארט אנגעהויבן פייערן מיט שמחה דורך טיילן זיסווארג פאר די קינדער און טאנצן אין די גאסן און די טעראריסטן זענען דערקלערט געווארן אלס מארטירער.

מאכמוד אבאס, דער פאלעסטינער פירער, אונטערן דרוק פון דזשאן קערי, האט עס שארף פארדאמט.

אזוי אויך איז עס פארדאמט געווארן דורך די אי. יו. און יו. ען., אמעריקע, בריטן, קאנאדע, דייטשלאנד, טערקיי, פראנקרייך און באכרעין.

אין סאטמאר האט מען באשולדיגט די וואס האבן עובר געווען אויף איסור כרת און זענען ארויף אויפן הר הבית.

ביי די ישראלים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין ישראל האט עס געלאזט א דערשיטערנדן איינדרוק אויף יעדעם אז אזוינס קען פאסירן. די באלדיגע תוצאה איז אז מען האט צוליב פחד אנגעהויבן אויפזאגן אסאך אראבישע ארבעטער, כאטש נישט יעדער איז איינשטימיג אז דאס איז א גוטער געדאנק.

פרעסע דעקונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א שטורעם האט אויסגעבראכן דערנאך וואס סי. ען. ען. האט געמאלדן אז די איזרעלי פאליציי האט געשאסן צוויי פאלעסטינער אין א מעטשעטש, ווי אויך האבן זיי געהייסן אראפנעמען א בילד פון א טויטן אויף דער ערד. נאך דרוק האבן זיי זיך אנטשולדיגט.

די סי. בי. עס. קעפל איז געווען: Jerusalem police fatally shoot 2 after apparent synagogue attack


דרויסנדיגע לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]