תהלים כולל

פֿון װיקיפּעדיע

תהלים כולל איז א נעץ פון תהלים כוללים וואו אינגעלייט זאגן תהלים יעדן אינדערפרי, און מענטשן קענען אריינרופן מזכיר זיין נעמען פאר ישועות און אלע וואונטשן און זיך אנשליסן מיט מיטגלידערשאפט פאר געלט. זיי זענען באוואוסט מיט זייערע מעשיות וואס ווערט פארשפרייט יעדע וואך אין צענדליגע אויסגאבעס, וואו עס ווערט געברענגט וואונדערליכע מעשיות פון מענטשן וועלכע זענען געהאלפן געווארן דורך זיי. אנגעהויבן האט זיך עס אויף א קליינעם פארמאט אין קרית יואל, און פון דארט האט זיך עס פארשפרייט מיט אפטיילונגען אין בארא פארק און וויליאמסבורג, און מירון און ירושלים מיט פלענער צו עפענען אין יעדן יודישן ישוב.