תבונה
דאס ספר תבונה איז א פירוש אויפן רמב"ם און ירושלמי נתחבר געווארן דורך הגאון רבי יצחק אייזיק קראסילשציקאוו פון פאלטאווע און דערנאך מאסקווע, רוסלאנד.
פירוש אויפן רמב"ם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס איז א לומד'ישער חיבור וואס דער מחבר האט אליין געדרוקט אין רוסלאנד, אנהויבנדיג אין יאהר ה'תרפ"ו.
עס איז געווען דאס לעצטע תורה'דיגע ספר געדרוקט צו ווערן אין רוסלאנד פאר די קומענדיגע קרוב צו הונדערט יאר, ווען קאמוניזם איז צאמגעפאלן.
פירוש אויפן ירושלמי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער דאזיגער פירוש האט דער גאון אנגעהויבן שרייבן אונטער סכנה'דיגע אומשטענדן, ווען ער איז שוין געוועהן פארטריבן אין מאסקווע וואו ער האט געדיענט אלס בוכהאלטער נישט ווייט פונעם קרעמלין.
ער האט דאס געשריבן אהן קיין שום ספרים מיט זיך, בלויז א ירושלמי וועלכער ער האט געהאט באהאלטן.
ער האט עס צוטיילט אין צוויי חלקים: תולדות יצחק וועלכע איז א פירוש און ביאור צו פארשטיין די שקלא וטריא פון די גמרא, און תבונה וואס איז לומדישע עיונים און חידושים. די טויזנטער בלעטער וואס ער האט אפגעשריבן האט נאכן דרוקן באטראפן אזויפיל ווי עלף גרויסע בענדער, וואס איז דער גרעסטער חיבור געשריבן צו וועהרן אויפן ירושלמי.
ווי ער שרייבט אין די הקדמה האט ער מיט דעם געשטילט זיין גלוסטעניש ארויפצוגיין קיין ירושלים, וואס איז אים פארבאטן געווארן דורך די רעגירונג. ער האט פארענדיגט דעם חיבור אין יאהר ה'תשי"ג.
אום ב' אייר ה'תשכ"ה האט באזוכט ביי אים אין שפיטאל דער עסקן רבי הערשל בראנשטיין און דער גאון האט אים געבעטן א תקיעת כף אז ער וועט דרוקן דעם חיבור.
אסאך שוועהריגקייטן האט רבי הערשל מיטגעמאכט אויסצופיהרן זיין צוזאג. די ערשטע פאטאגראפיעס וואס ער האט געמאכט און געגעבן צו שיקן מיט די דיפלאמאטישע פּאָסט זענען פארברענט געווארן. דערנאך איז ער ארעסטירט געווארן דורך די נ ק וו ד, נישט קענעדיג מעהר פאהרן האט ער געשיקט א סך הכל פון זיבעצן שלוחים ביז מען האט אריבערגעברענגט די כתבים קיין ישראל, וואו רבי חיים קאניעווסקי איז זייער איבערראשט געווארן פונעם מאסיוון גאונישן חיבור אז ער האט באשלאסן דאס אליינס איבערצוארבעטן און ארויסגעבן.
רבי שלמה זלמן אויערבאך האט אויך געשריבן א שיינע הקדמה צום ספר.
עס איז געדרוקט געווארן דורך הוצאת דעת תורה פון מוסד הרב קוק.