שמעון ראלניצקי

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שמעון ראלניצקי איז א חרדישער זשורנאליסט וואס געהער זיך צו דעם ארונישן סאטמארער קרייז.

ער איז פון די ערשטע חסידישער שרייבער פון א סאטמארער קרייז וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו שרייבן ארטיקלען אונטער זיין ארגינעלען נאמען, אבער ער שרייבט אויך נאך ארטיקלען מיט א פענע נאמען ש. כהן און נאך.

זיין טאלאנט ליגן בעיקר אין זיין געשמאקע שריפט סטייל און היסטאריע.

דער בלאט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אנגעהויבן זיין קאריערע האט ער אין דער צייטונג דער בלאט, זיין געלונגענקייט פון טייפן אסאך, האט אים געשטעלט סיי אלס דער פאליטישער קארעספאנדאט און סיי אלס דער אידישער וועלט קארעספאנדאט. (איבערנעמענדיג שיף און מילער נייעס אגענטור וואס איז געווען די ארבעט פון ר' אייזיק שניצלער, וואס ער גיט היינט ארויס די המספיק גאזעט און דער אידישער פלאם.) אויך גיט ער לאנגע אפהאנדעלונגען פון די ברענעדיגע פראגעס פון דער וואך.

דער שטערן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ראלניצקי האט געפענט זיין מאגאזין דער שטערן, און אביסל שפעטער געפענט א שוועסטער אויסגאבע דער שפאקטיוו כדי עס זאל קענען ארויסקומען צוויי מאל אינעם חודש: דער שטערן יעדן ראש חודש, און דער שפאקטיוו קומט ארויס יעדן האלבן חודש.

אנדערע אויסגאבעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך 18 יאר ארויסגעבן ״דער שטערן״ האט ער חנוכה תשפ"א ארויסגעקומען מיט זיין נייער אויסגאבע דער גלאק וואס קומט ארויס חודשליך.

ווי אויך ער איז געווען א פראמינענטער שרייבער אין דער אויסגאבע ״צייטשריפט״ וועלכע האט זיך זיך שוין פארמאכט אסאך יאר צוריק.