לדלג לתוכן

פסעוודאנים

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פענע נאמען)

א פסעוודאנים אדער פענע נאמען איז אן אנדער נאמען וואס א שרייבער ניצט אנשטאט זיין עכטן נאמען.

א שרייבער וועלכער שרייבט אין צייטונגען, מאגאזינען, און גיט ארויס ביכער, שרייבט עס געווענליך נישט מיט זיין עכטע נאמען נאר ער נוצט א ספעציעלן אויפגעטראכטן נאמען, וואס האט אפשר שייכות צו זיין עכטן נאמען דורך ראשי תיבות, גימטריא, אדער אפטייטש פון ווארט אויף אידיש לשה"ק, און צומאל באנוצט מען זיך מיטן טאטנ'ס נאמען, ווי צ.ב.ש. איינער וועלכער איז א זון פון איינעם מיטן נאמען 'הירש' וועט זיך רופן הירשנזאהן, אא"וו.

למשל שלום עליכם איז געווען דער פסעוודאנים פון שלום ראבינאוויטש, און מענדעלע מוכר ספרים איז געווען דער פסעוודאנים פון שלום יעקב אבראמאוויטש.

מחברים וואס שרייבן סיי בעלעטריסטיק סיי נישט־בעלעטריסטיק, אדער אין פארשידענע זשאנערס, קענען ניצן א פסעוודאנים כדי נישט פארמישן די ליינער; למשל דער מאטעמאטיקער טשארלס לאטווידזש דאדזשסאן וואס האט געשריבן ראמאנען אונטערן פסעוודאנים לואיס קאראל. אויך הרב יעקב יוסף ריינמאן, וואס שרייבט היסטארישע מעשה ביכער אונטערן פסעוודאנים "אבנר גאלד".