מענדעלע מוכר ספרים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
מענדעלע מוכר ספרים
Mendele moicher seforimt.JPG

מענדעלע מוכר ספרים - שלום יעקב אַבראַמאָװיטש איז געוועהן א שרייבער אויף העברעיאיש און יודיש וועלכער האט געלעבט און געשאפן פון 1839 ביז 1917.

דער גרויסער יידישער שריפטשטעלער, שלום עליכם, האט אים גערופן דער "זיידע" פון יידישער ליטעראטור, צוליב דעם וואס ער איז געווען דער סאמע ערשטער נאוועליסט פון דער יידישיסטישער באוועגונג, וואס איז געבוירן געווארן פון דער השכלה-באוועגונג. זיין אויפטו האט געבוירן א שפראך, וואס איז ביז דאן נאר געווען צוריקגעשטאנען און ארים, און האט גענוצט נאר צו רעדן און כמעט נישט צו שרייבן אדער לייענען ליטערארישע ביכער פין הויעכן קוואליטעהט.

ביז דאן האט די יודישע אינטעליגענציע געקיקט אויף יודיש מיט א גרינגשעצונג. ער האט טראנספארמירט דעהם אזויגערופענעם דזשאַרגאָן און עס געשטעלט אויף די פיס אלס א מאדערנער כלי צו חינוך און לעבן.

צי זיין עהרשטער יודישער ווערק, דאס קליינע מענטשעלע וועלכער ער האט אריינגעשיקט צום קול מבשר האט ער זיך אינטערגעשריבן סענדער"ל מוכר ספרים נאך א לעבעדיגן פארשוין וועלכע ער האט געקענט, נאר דער רעדאקטאר אלעקסאנדער צעדערבוים האט זיך דערשראקן, אפשר מיינט מען עהם אליין, האט עהר דאס געטוישט צו מענדעלע.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

זיינע ווערק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דערויסענדע לינקס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

  • מענדעלע איז א אידישיסטישע וועב סייט לעילוי נשמתו [1]
  • אַלע װערק באַנד 1 די עהרשטע באַנד פֿון "אלע ווערק מענדעלע מוכר ספרים", צווייטע אויסגאבע, ווארשע 1928