לדלג לתוכן

אדעס

פֿון װיקיפּעדיע
אדעס
Одеса
omr.gov.ua

אַדעס איז די פערטע גרעסטע שטאט אין אוקראינע. האבנדיק א באפעלקערונג פון 1,080,000 מענטשן. די שטאט איז נעבן שווארצער ים, און די שטאט צוזאמען מיט די פארשטאטן האבן דריי פארטן צום ים. אין קאמוניסטישע צייטן, איז עס געווען די גרעסטע פארט, וויבאלד די פרירט נישט אין ווינטער.

טערקיי אבער האט די עפענונג צום שווארצן ים, זי קאנטראלירט די דארדאנעלן, אזוי ארום האט נאט"א קאנטראלירט אלעס וואס גייט אריין, און ארויס פונעם סאוועטן פארבאנד.

אדעס איז פארעכנט אלס א ליבעראלע און פרייע שטאט, מיט א פראנצויזישער און איטאליענישער סטיל ארכיטעקטור.

אין 14נטן יארהונדערט האבן זיך דארט געדרייט טאטערן, און דערנאך האט טערקיי געהערשט דארט. אבער אין 1794, איז זי אפיציעל געגרינדעט געווארן דורך רוסלאנד, די שטאט האט געהאט הצלחה, און אירע איינוווינער זענען באשטאנען פון מערערע פעלקער, ווי גריכן, יידן, רוסן און אוקראינער, רומענישער, און נאך אנדערע פעלקער.

די יידישע קהילה איז זייער גרויס געווען אין אדעס, אז אין 1897 איז די יידישע באפעלקערונג אפגעשאצט געווארן, צו אריבער 160,000 איינוווינער, מאכנדיק אדעס פאר דער גרעסטער יידישער שטאט אין דער רוסלענדישער אימפעריע. פאגראמען זענען פארגעקומען אין יאר 1821, 1859, 1871, 1882, און אין 1905, אסאך פון די יידן האבן דערפאר עמיגרירט קיין ארץ ישראל, און צו די פאראייניגטע שטאטן.

אין דעם 19טן יארהונדערט, איז די השכלה באוועגונג זייער שטארק געווען אין אדעס, א ציוניסטישע פיליאלע איז געווען אין דער שטאט. ביים חורבן אייראפע, זענען בערך 100,000 יידן אומגעקומען אין אדעס דורכן נאצי מארד מאשין. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, האט זיך די שטאט צוריק געשטעלט אויף די פיס, און א יידישע קהילה איז צוריק אויפגעשטעלט געווארן.

רוב יידן האבן פארלאזט די שטאט צווישן די 1970ער יארן, און 1990ער יארן קודם דורך אינערליכע עמיגרירונג, און דערנאך קיין ישראל. היינט וווינען דארט עטליכע טויזנט יידן וואס האבן בתי מדרשים, שולעס און אנדערע אינסטיטוציעס. חב"ד איז אויך אקטיוו דארט.

אדעס איז שוין לאנג א וויכטיקער שווארצער ים פארט.

שיפן מיטן פאסאזשירן פארן ארויס פון אדעס קיין סטאמבול, חיפה און ווארנע, ווי אויך ארויף דעם דניעפער אין די שטעט כערסאן, דניפראפעטראווסק און קיעוו.