לדלג לתוכן

דאס קליינע מענטשעלע

פֿון װיקיפּעדיע

דאס קליינע מענטשעלע אדער א לעבנס-באשרייבונג פון יצחק אברהם תקיף איז דער עהרשטער ווערק וואס מענדעלע מוכר ספרים האט פארעפנטלעכט אויף יידיש.

עס איז צוערשט ערשינען אלס פארזעצונג אינעם קול מבשר אין די יארן 1863-1864. בײַם ארײַנשיקן האט ער זיך אונטערגעשריבן מיטן נאמען סענדערל מוכר ספרים, נאך א לעבעדיגן פארשוין, אבער דער רעדאקטאר אלעקסאנדער צעדערבוים האט דאס געטוישט צו "מענדעלע" און אזוי איז שוין זײַן פסעוודאנים געבליבן פאראייביגט.

ער שילדערט ווי דער רב פין גלופּסק (זײַנס א צונאמען פאר בארדיטשעוו) לייענט פאר די צוואה פון א יוד א גביר פון די ראשי הקהילה פאר א גרופע נכבדים, ובתוכם ער אליין מענדעלע - ווי עס איז פארלאנגט אין דער צוואה דורכן נפטר.

  • צווייטע אויפלאגע, אדעס, 1865
  • דריטע אויפלאגע, ווילנע, 1866
  • פערטע אויפלאגע, ווילנע, 1879 (אויפדאסניי איבערגעמאכט)
  • 1907, אדעס, עהרשטער יובילעאום אויסגאבע פין מענדעלע'ס ווערק (א נייער וואַריאַנט מיט אויספיהרלעכע ענדערונגען, צים צווייטן מאהל)
  • 1928, ווארשע, צווייטע באנד פון סעט אלע ווערק, פערלאג מענלעלע
  • מאסקווע, 1935
  • געקליבענע ווערק סעט, ניו יארק, איקוף 1946, עהרשטער באנד
  • האישון הקטן : דאס קליינע מענטשעלע, חיפה, ה'תשמ"ד, מיט העברעיאישער איבערזעצונג זײַט בײַ זײַט