שמעון ראלניצקי
שמעון ראלניצקי איז א חרדישער זשורנאליסט וואס וואוינט אין מאנסי, ארויסגעבער פון "דער גלאק".
ער איז פון די ערשטע חסידישער שרייבער פון א סאטמארער קרייז וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו שרייבן ארטיקלען אונטער זיין ארגינעלען נאמען, אבער ער שרייבט אויך נאך ארטיקלען מיט א פענע נאמען "ש. כהן" און נאך.
זיין טאלאנט ליגט בעיקר אין זיין געשמאקע שריפט סטייל און היסטאריע.
ער געהער זיך צו דעם ארונישן סאטמארער קרייז.
קאריערע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ראלניצקי האט אנגעהויבן זיין קאריערע אין דער בלאט צייטונג, זיין געלונגענקייט פון טייפן אסאך, האט אים געשטעלט סיי אלס דער פאליטישער קארעספאנדאט און סיי אלס דער אידישער וועלט קארעספאנדאט. (איבערנעמענדיג שיף און מילער נייעס אגענטור וואס איז געווען די ארבעט פון ר' אייזיק שניצלער.) אויך האט ראלניצקי געשריבן לאנגע אפהאנדעלונגען פון די ברענעדיגע פראגעס פון דער וואך.
ער איז אויך געווען א פראמינענטער שרייבער אין דער איצט-פארמאכטן אויסגאבע "צייטשריפט".
ראלניצקי איז א פאליטישער אנאליזירער אויף קול מבשר וואו צווישן אנדערע איז ער דער האבט פונעם "א טראפ טיפער" ווינקל.
דער שטערן/שפאקטיוו
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ראלניצקי האט געגרינדעט זיין מאגאזין "דער שטערן", און אביסל שפעטער געפענט א שוועסטער אויסגאבע "דער שפאקטיוו" כדי עס זאל קענען ארויסקומען צוויי מאל אינעם חודש: דער שטערן יעדן ראש חודש, און דער שפאקטיוו קומט ארויס יעדן האלבן חודש.
דער גלאק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך 18 יאר ארויסגעבן "דער שטערן" האט ער חנוכה תשפ"א אנגעהויבן ארויסגעבן זיין נייער אויסגאבע "דער גלאק" וואס קומט ארויס פון צייט צו צייט.