לדלג לתוכן

שמחה בונם אלטער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון שמחה בונם אלתר)
שמחה בונם אלטער
געבורט 6 אפריל 1898
גער, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 6 אויגוסט 1992 (אלט 94)
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
רבי שמחה בונם אלטער, מיט זיין זון דער היינטיגער רבי (רעכטס) און ר' יוסף שיף (לינקס)

הרב שמחה בונם אלטער (כ"ג ניסן ה'תרנ"ח 1898 - ז' תמוז ה'תשנ"ב 1992) איז געוועזן גערער רבי פֿון ה'תשל"ז (1977) ביז ה'תשנ"ב (1992). זײַנע תורות זענען געדרוקט אין דעם ספר 'לב שמחה'.

הרב שמחה בונם איז געבוירן אין שטעטל גער, פוילן, כ"ג ניסן תרנ"ח (1898), צו זײַן פֿאטער דעם „אמרי אמת" און זיין מוטער ראדא יהודית טשארנא פון ביאלע, ווען זײַן זיידע דער „שפת אמת" האט נאך געלעבט. אלול תרע"ה האט ער חתונה געהאט מיט זײַן קוזין יוטא הענא אלטער, א טאכטער פון זיין פעטער רבי נחמיה אלטער, מיט וועמען ער האט געהאט דרײַ קינדער. דאס עלצטע קינד, א טאכטער, איז אוועק נאך געציילטע חדשים. מיט א צען יאר שפעטער האט ער געהאט נאך א טאכטער, רבקה פייגא. זי האט חתונה געהאט מיט הר"ר מאיר מאנדל (נפ' ט"ו כסלו תשע"ג), דערנאך מיט ר' חזקיהו לעוו. זי איז נפטר געווארן י"א אב תשנ"ז 1997 איבערלאזנדיג אן איינציגן זון הר"ר נחמיה מאנדל, ראש כולל פֿונעם גערער „בית ישראל" אין אשדוד. כ"ט אייר תשצ"ט, קורץ פֿאר דער צווייטער וועלט מלחמה ,איז געבוירן דער איינציגער זון פֿונעם „לב שמחה", דער הײַנטיגער גערער רבי שליט"א, הר"ר יעקב אריה אלטער.

אין אלול תרצ"ד האט ער זיך באזעצט אין ארץ ישראל. ער איז געבליבן דארט ביז ניסן תרח"ץ, ווען ער איז צוריקגעפארן קיין גער כדי אויפצוטון אז זיין פאטער זאל זיך קענען אריבערציען קיין ארץ ישראל.

נאך זײַן פֿאטער'ס פטירה אין תש"ח איז זײַן עלטערער ברודער דער „בית ישראל" געווארן גערער רבי, און ער (הר"ר שמחה בונם) מיט זײַן משפחה האט געוואנדערט פֿון ארץ ישראל קיין סאן זשערמען לעבן פאריז אין פֿראנקרייך. דערנאך האבן זיי זיך געצויגן קיין אנטווערפן אין בעלגיע. שפעטער האבן זיי אײַנגעוואנדערט צוריק קיין ארץ ישראל, און האבן זיך באזעצט אין דער מחנה יהודה געגנט אין ירושלים.

ווען דער בית ישראל איז אוועק האבן גערער חסידים אויפֿגענומען אים אלס רבי, ער איז דעמאלסט געווען קרוב צו די שמונים. אין יאר תשמ"ו איז ער געווארן שטארק קראנק, אבער ער האט ווײַטער געפֿירט די רביסטעווע ביז סוף ימיו. אפילו קראנקערהייט פלעג ער ארײַנקומען אין בית המדרש און אפילו געפֿירט טישן ווען נאר מעגליך. מיטוואך ז' תמוז תשנ"ב 1992, אויפן יארצייט פון זיין עלטער זיידן דעם ברוך טעם, איז ער אוועק פֿון דער וועלט אויפֿן עולם האמת. זײַן ממלא מקום אלס רבי איז געווען זײַן יונגערער ברודער דער פני מנחם.

די תורות וואס ער האט געזאגט בײַ טישן א.ד.ג. זענען געדרוקט אין לב שמחה (דרײַ בענדער).

זײַן ארבעט פֿארן ברייטערן צבור

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

במשך די יארן תשל"ז - תשנ"ב, ווען דער רבי שמחה בונם האט געפֿירט די גערער רעביסטיווע, האט ער אײַנגעפֿירט עטליכע תקנות. למשל, האט ער באגרעניצט וויפֿיל מען מעג ארויסגעבן אויף שמחות ווי א בר מצוה אדער א חתונה, וווּ א יונגער פאר פֿאלק מעג וווינען נאך דער חתונה (נישט ירושלים אדער בני ברק). ער האט אויך געפֿירט א קאמף קעגן רייכערן פאפיראסן. ער האט שטארק געדרוקט אז די עלטערע חסידים וואס רייכערן זאלן אויפֿהערן, און אז בחורים און יונגעלײַט זאלן בכלל נישט קלערן אנצוהייבן. ער האט געשאפֿן אז מ'זאל אויפֿשטעלן נײַע פראיעקטן אין פֿארשידענע שטעט, צום ביישפיל אין חצור הגלילית, ערד און אשדוד, בכדי צו מאכן ביליגער די הוצאות פֿון וווינונג.

אין תשמ"ב האט ער געפֿירט דעם קאמף קעגן חילול שבת פֿון דער פֿליגער געזעלשאפֿט אל על.

רבי שמחה בונים האט חתונה געהאט מיט מרת יוטא הענא, א טאכטער פון זיין פעטער רבי נחמיה אלטער. זיי האבן געהאט דריי קינדער:

  • אור זרוע לצדיק, הרב בן ציון קלוגמן, תשס"א (דרײַ בענדער)
  • לבם של ישראל, הרב מרדכי גרליץ.


פֿריערדיגער:
הרב ישראל אלטער
בית ישראל
גערער רבי
תשל"ז - תשנ"ב
"לב שמחה"
נאָכפֿאלגער:
הרב פינחס מנחם אלטער
פני מנחם