לדלג לתוכן

פינחס מנחם אלטער

פֿון װיקיפּעדיע
רבי פינחס מנחם אלטער
גערער רבי
עיקר חיבור פני מנחם
געבורט כ"א תמוז תרפ"ו
פאלעניץ, פוילן
פטירה ט"ז אדר תשנ"ו
ירושלים
קבורה ארט ישיבת שפת אמת, ירושלים
חסידות גער
פירערשאפט תשנ"ב - תשנ"ו
הויף ארט ירושלים
נומער אין דינאסטיע 6
פאריגער רבי שמחה בונם אלטער
נאכפאלגער רבי יעקב אריה אלטער
זיינע רביס אמרי אמת (זיין פאטער)
ספרים פני מנחם, תורתך שעשועי
פאטער רבי אברהם מרדכי אלטער
מוטער פייגא מונטשא בידערמאן
ווייב צפורה אלטער
קינדער רבי יעקב מאיר אלטער, אסתר ליפל, משה בצלאל אלטער,
רבי שאול אלטער, רבי יהודה אריה לייב אלטער, רבי יצחק דוד אלטער, רבי דניאל חיים אלטער

רבי פינחס מנחם אלטער (כ"א תמוז ה'תרפ"ו-ט"ז אדר ה'תשנ"ו) איז געווען דער יונגסטער זון פון דעם "אמרי אמת", הר"ר אברהם מרדכי אלטער. ער איז געווען גערער רבי פון תשנ"ב ביז זיין פטירה ט"ז אדר, תשנ"ו. פריער איז ער געווען לאנגע יארן ראש ישיבה פון שפת אמת.

פינחס מנחם איז געבוירן צו זיין פאטער, הר"ר אברהם מרדכי אלטער, דער גערער רבי, און זיין מוטער, פייגא מינטשע (בידערמען) אין פֿאלעניץ, פוילן, כ"א תמוז תרפ"ו.

זיין בר מצוה האט ער געפייערט אין לודמיר קורץ פארן אנהייב פון דער ערשטער וועלט מלחמה. פסח ת"ש איז ער אנגעקומען אין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין פאטער, און ער האט געוואוינט אין ירושלים. זיין פאטער האט געדינגען פאר אים א פריוואטן רבי, הרב חייקל מילעצקי[1]. אום י' תמוז תש"ו (1946) האט ער חתונה געהאט מיט ציפורה, טאכטער פון הרב אברהם מרדכי אלתר‏[2], זון פון הרב משה בצלאל, ברודער פון זיין פאטער דעם 'אמרי אמת'. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט נאנט צו זיין פאטער. נאך זיין פאטער׳ס פטירה איז ער אריבער וואוינען מיט זיין מוטער אין דעם בניין וואס איז היינט די שפת אמת ישיבה, און ער איז געבליבן וואוינען דארט זיין גאנץ לעבן אין א דירה פון דריי צימערן מיט אלטע ברוקשטיינער און מעבל.

אין תשי"ז האט זיין ברודער דער "בית ישראל" אים באשטימט ראש ישיבה פון שפת אמת אין ירושלים.

נאך דער פטירה פונעם לב שמחה אין תשנ"ב האט ער אויפגענומען די גערער רעביסטעווע, וואס ער האט פירט דריי און א האלב יאר ביז זיין פטירה ט"ז אדר תשנ"ו.

זיינע תורות זענען געדרוקט אין "פני מנחם".

רבי פינחס מנחם אלטער האט געהאט זעקס זון און איין טאכטער:

  • רבי יעקב מאיר אלטער.
  • משה בצלאל אלטער (תשי״ד - תש״ך)
  • רבי שאול אלטער, געוועזענער ראש ישיבה פון שפת אמת און פירער פון אן אפטיילינג פון גער.
  • רבי יהודה אריה אלטער, איידעם פון הרב מנשה קליין, אונגווארער רב. באשטימט יונגערהייט רב פון רוממה געגנט אין ירושלים און ראש הכולל פונעם גערער כולל אין ירושלים. האט מחבר געווען עטלעכע ספרים.‏[3] געשטארבן דורך א פארקער אקצידענט ווען ער איז געווען אלט 27 יאר.
  • רבי יצחק דוד אלטער, ראש כולל להוראה פון גער אין בבני ברק
  • רבי דניאל חיים ראש כולל חושן משפט אין ירושלים; בזיווג ראשון האט ער געהייראט מרת הינדא רחל‏[4] (תשכ״ט - י״ט שבט תשע״ח)
  • מרת אסתר, ווייב פון ר׳ בערל ליפל
  1. מוסטער:הצופה.
  2. הזמנה צו זיין חתונה.
  3. "פרי ביכורים" אויף מצוות התורה, דארט איז פארשריבן זיין ביאגראפיע (היברו בוקס וועבזייטל); "אמת ליהודה" אויף מסכתות הש"ס (ביי היברו בוקס); "ארי שבחבורה" אויף פרשיות התורה (ביי היברו בוקס)
  4. טאכטער פון ר׳ שאול בארזשיקאווסקי, בעל תפילה אין גערער רבי׳נס בית מדרש


פֿריערדיגער:
רבי שמחה בונם אלטער
"לב שמחה"
גערער רבי
תשנ"ב - תשנ"ו
נאָכפֿאלגער:
רבי יעקב אריה אלטער
דער איצטיגער רבי