לדלג לתוכן

משה בצלאל אלטער

פֿון װיקיפּעדיע
משה בצלאל אלטער
קיין פריי בילד
געבורט 1869
אדר תרכ"ט
גער, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דערמארדעט 1942 (אלט 73 בערך)
כ"ג אלול תש"ב
טרעבלינקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי משה בצלאל אלטער (אדר תרכ"ט, 1869 - כ"ג אלול תש"ב, אויגוסט 1942) איז געווען א זון פון דעם גערער רבי׳ן  דער ״שפת אמת״, און א ברודער פונעם רבי׳ן דער אמרי אמת. זיין ברודער האט אים באשטימט אין זיין צוואה צו ווערן דער יורש פון דער רעביסטעווע, און נאכדעם וואס דער אמרי אמת האט פארלאזט פוילן אין ת"ש איז ער געווען דער העכסטער פיגור אין גערער חסידות אין פוילן. ער איז אומגעקומען מיט כמעט זיין גאנצער משפחה ביי דער פארטיליקונג פון דער ווארשעווער געטא.

ער איז געבוירן געווארן אין שטעטל גער אין יאר תרכ"ט (1869) דער דריטער זון פונעם גערער רבי׳ן, דער "שפת אמת". ער איז געבוירן געווארן אין דער וואך פון פרשת ויקהל-פקודי און דערפאר האט אים זיין פאטער געגעבן די נעמען נאך משה רבנו און בצלאל בן אורי וואס ווערן דערמאנט אין דער סדרה.ער איז געווארן אן איידעם ביי זיין פעטער הרב שמעון חיים אלטער. זיין גאנצע לעבן האט ער געוואוינט אין גער וואו ער האט עוסק געווען אין לענרנען תורה. ער איז געווען באוואוסט ווי א פֿלייסיגער מתמיד און געווען בארעכענט איינער פון די גדולי תורה אין פוילן.‏[1] נאך דער פטירה פון זיין פאטער דער שפת אמת איז ער געווארן א געטרייער חסיד פון זיין ברודער דעם אמרי אמת.‏[2] ער איז געווען זיין ברודער׳ס רעכטע האנט און האט אים געהאלפן אין פירן דאס גרויסע גערער חסידות, און דער אמרי אמת האט אים באשטימט זיין יורש.‏[3] אין זיין ערשטער צוואה וואס ער האט געשריבן אין יאר תרצ"ו (1936) האט ער געשריבן: ”והנה העדה צריכה מנהיג. נמנה ונגמר אצלי להשאיר ההנהגה בידי אחי משה בצלאל שליט"א. הוא קשור אצלי בליבי ורוחי ונשמתי. הוא ימשיך לבכם לאבינו שבשמים... וימשיך חסד וברכה והצלחה מן השמים לטוב לכם כל הימים“.

אין יאר תרפ"ה (1925) האט ער באזוכט ארץ ישראל וואו ער האט געטראפן די גערער חסידים וואס האבן שוין אנגעהויבן זיך אריבערציען קיין ארץ ישראל אין יענער תקופה. אין תרצ"ז (1937) האט ער אליין געהאלטן ביי ארויפגיין וואוינען אין ארץ ישראל און האט שוין באקומען א צערטיפיקאט, אבער ער האט מוותר געווען און געגעבן צו זיין אייניקל.

ווען די צווייטע וועלט-מלחמה האט אויסגעבראכן איז ער אריבער צוזאמען מיט זיין ברודער דער "אמרי אמת" קיין ווארשע. נאכדעם וואס זיין ברודער האט פארלאזט פוילן אין 1940 איז ער געווארן דער ראש החברה פאר גערער חסידים אין גאנץ פוילן.‏[4] רבי משה בצלאל מיט זיין ברודער רבי מנחם מענדל אלטער האבן פארזארגט אן אנשפאר און שטיץ פאר די יידן אין דער געטא. זיי האבן דערמוטיקט ווייטער לערנען תורה אין דער שווערער לעבנס־לאגע זיי ביי גערער חסידים סיי ביי אנדערע חסידים. אין א בריוו וואס רבי מנחם מענדל האט געשריבן, וואס איז געווארן פארשפרייט אין עטלעכע געטאס אין פוילן האט ער גערופן צו ארגאניזירן תורה שיעורים ברבים, און האט באמערקט אז ער האט זיך באראטן מיט זיין ברודער רבי משה בצלאל און זיי האב ביידע באשלאסן צו לערנען שיעורים ברבים. עס זענען געבליבן עטלעכע עדות׳ן וועגן זיין טעטיקייטן אין דער תקופה פונעם חורבן. ער האט גע׳פסק׳נט נישט מבטל זיין חתונות וואס מען האט שוין געהאט באשטימט.‏[5] אויך איז פאראן עדות אז ער האט געשטיצט דעם איניציאטיוו פון די מאטיסאווצעס אז די יונגעלייט זאלן חתונה האבן, זאגנדיק אז דאס איז א מעלה אין אמונה און אז ס׳איז דא א מקור אין ש״ס אז די מצווה איז בייגעשטאנען די יידן אין מצרים.‏[6]

מצבה פון יצחק מאיר אלטער, זון פון רבי משה בצלאל אלטער

רבי משה בצלאל האט געהאט פיר זין און פיר טעכטער.

  • זיין בכור איז געווען רבי יצחק מאיר איידעם פון זיין פעטער דעם אמרי אמת. ער איז געהרגעט געווארן פון אן ארטילעריע־קויל אין דער צווייטער וועלט־מלחמה.
    • הרב לייב, איידעם פון זיין עלטער־פעטער רבי מנחם מענדל אלטער. דערמארדעט ביים חורבן.
    • הרב שמעון נפתלי, האט געוואוינט אין ירושלים. איידעם פון הרב מאיר יאסקאוויטש.‏[7]
    • הרב בנימין מנחם האט געוואוינט אין תל אביב. זיין זיידער האט אים איבערגעגעבן זיין צערטיפיקאט פאר ארץ ישראל.
  • הרב דוד איידעם פון רבי עזריאל מאיר אייגער פון לובלין.
  • הרב יואל איידעם פון זיין פעטער רבי נחמיה אלטער.
  • הרב אברהם מרדכי, איידעם פון הרב שאול משה זילבערמאן, וויערשאווער רב (שווער פונעם פני מנחם און הרב פנחס מנחם בארזשיקאווסקי).
  • לאה, ווייב פון רבי אברהם ישכר בנימין אליהו פון פאבעניץ, זון פון זיין ברודער רבי מנחם מענדל אלטער.
  • יוכבד רבקה, ווייב פון הרב אליהו לעווין זון פונעם בענדינער רב.
  • פרומטשא.
  • הדס.

די גערער ישיבה "תפארת משה בצלאל" אין רמות, ירושלים, איז גערופן אויף זיין נאמע.

  1. את הסכמותיו ניתן למצוא לדוגמה על הספרים: זכות אבות, טוב עין, אוסף מכתבי ה"אמרי אמת"
  2. אברהם מרדכי סגל, ראש גולת אריאל על האמרי אמת מגור, (ירושלים תש"נ) עמ' ק"צ - קצ"ב.
  3. א"י ברומברג, מתוך מאמר על ה"אמרי אמת"
  4. אסתר פרבשטיין, בסתר רעם, הוצאת מוסד הרב קוק תשס"ב, עמ' 103 ועמ' 42
  5. בסתר רעם, שם
  6. משה פראגר, "אלה שלא נכנעו" עמוד עא, עדותו של לייבל יוד. המקור מהתלמוד הוא מסכת סוטה דף י"א עמוד ב'.
  7. חתנו של רבי פנחס מנחם אלעזר יוסטמן מפילץ שהיה גיסו ובן דודו של "השפת אמת", אביהם של ה"אמרי אמת" ורבי משה בצלאל סביו של הרב שמעון נפתלי, וכן היה גיסו של הרב שמעון חיים אלתר חמיו של רבי משה בצלאל.