נחמיה אלטער

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי נחמיה אלטער (ח' אב ה'תרל"ה - כ"ב תמוז ה'תש"ב) איז געווען א זון פונעם שפת אמת און א ר"מ אין דער שפת אמת ישיבה אין ירושלים.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נחמיה איז געבוירן געווארן ח' אב תרל"ה צו זיין פאטער רבי יהודה אריה לייב אלטער, דער "שפת אמת", אן אייניקל פון רבי יצחק מאיר אלטער, דער ערשטער גערער רבי, און צו זיין מוטער יוכבד רבקה, א טאכטער פון ר' יודל קאמינער.

ער האט חתונה געהאט ד' אלול תר"ן מיט מרת אסתר גליקא מארגנשטערן, א טאכטער פון רבי צבי הערש מארגנשטערן, דער לאמאזער רבי, א זון פון רבי דוד מארגנשטערן, דער צווייטער קאצקער רבי, א זון פונעם אלטער קאצקער רבי'ן, רבי מנחם מענדל מארגנשטערן.

אין תרפ"ה איז ער ארויף אין ארץ ישראל, וואו ער האט זיך באזעצט אין צפת. א יאר שפעטער האט מען אים באשטימט א מגיד שיעור אין דער נייער שפת אמת ישיבה אין ירושלים. אין תרצ"א איז ער צוריקגעפארן קיין פוילן צוליב זיין שוואכן געזונט צושטאנד. אין תרצ"ד איז ער געווארן א מורה הוראה אין לאדזש. ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן און די נאצי רעגירונג האט אויפגעשטעלט א יודנראט איז ער געווען דער ערשטער פון די רבנים וואס האבן אפנטליך דערגעגנט צום יודנראט. וועגן די רדיפות פון די דייטשן איז ער אנטלאפן קיין ווארשע. דארט איז זיין הארץ מחלה געווארן ערגער און ער איז נפטר געווארן אין תש"ב.‏[1].

אין די תש"ס יארן האט מען אנטפלעקט זיין קבר אין דעם גענשער בית החיים אין ווארשע.

משפחה ‏[2][רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נחמיה און מרת אסתר גליקא האבן געהאט די פאלגנדע קינדער:

  • מרת יוטא הענא (תרנ"ח - כ"א תמוז תשמ"ב), רביצין פונעם לב שמחה פון גער
  • מרת פייגא הי"ד (געב' תר"ס), ווייב פון ר' יואל אלטער
  • ר' יצחק מנחם מענדל הי"ד ( תמוז תרס"ח - ת"ש בערך), איידעם ביי ר' מאיר יאסקאוויטש פון לאדזש
  • ר' יהודה אריה לייב הי"ד, איידעם ביי ר' אברהם יעקב יאסקאוויטש
  • מרת יוכבד רבקה הי"ד, ווייב פון ר' יהודה כ"ץ
  • מרת הדסה הי"ד, ווייב פון רבי אברהם מרדכי סילמאן, מו"ץ אין לאדזש
  • מרת שרה טויבא הי"ד, ווייב פון ר' שמואל יהודה ציטרין
  • ר' שלמה הי"ד, איידעם ביי ר' בנימין פינקוסעוויטש פון ווארשע

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. יידישע היסטאריע ביי דער צווייטע וועלט מלחמה, יד ושם (אויף העברעיש)
  2. חידושי רבי נחמיה, און אלון בכות אין דגל יהודה