שלמה יעקב אייכנשטיין
מראה
רבי שלמה יעקב אייכנשטיין זצ"ל (ה'תק"ץ - כ"ו כסלו ה'תרמ"ו), פון סטריא.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שלמה יעקב איז געבוירן אין יאר ה'תק"ץ (אומגעפער), דער צווייטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין רבי אין זידיטשוב, באקאנט אלס דער מהרי"א, א זון פון הרב ישכר בעריש אייכנשטיין רב אין זידיטשוב, דער פערטער זון פון הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שלמה יעקב האט געוואוינט אין סטרי.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שלמה יעקב איז נפטר געווארן ביים צווייטן לעכטל פון חנוכה כ"ו כסלו ה'תרמ"ו, אין ליגט אין סטרי.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שלמה יעקב האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב יוסף ראטטענבערג פון קוזובה. זיינע קינדער:
- הרב ישכר בעריש אייכנשטיין.
בזיווג שני האט רבי שלמה יעקב געהייראט מרת חיה א טאכטער פון הרב אברהם הורוויץ, רב אין שענדישאוו.
- הרב יצחק אייזיק מנחם אייכנשטיין (ט"ו מנחם אב ה'תרל"ט - י"ג אדר א' ה'תש"ג), פון פאדהייץ.
- הרב אליהו אייכנשטיין פון זקופנה.
- הרב אלכסנדר סענדער ליפא אייכנשטיין, פון יאשניצא.
- די ווייב פון הרב נפתלי ערליך.
- די ווייב פון הרב יצחק אלעזר אונגאר, רבי אין דאמבראווא, א זון פון הרב משה אליקים בריעה אונגאר, רבי אין דאמבראווא.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר