ישכר בעריש אייכנשטיין
מראה
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם זידיטשויווער רבין, דער פאטער פון רבי אייזיקל זידיטשויווער. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ישכר בעריש אייכנשטיין (באדייטן).
רבי ישכר בעריש אייכנשטיין (ה'תקל"ה - ז' סיון ה'תקצ"ב), רב און רבי אין זידיטשוב, גאליציע.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישכר בעריש איז געבוירן אין יאר ה'תקל"ה (אומגעפער), דער פערטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין. און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון הרב צבי.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישכר בעריש איז געווען א תלמוד מובהק פון זיין ברודער דער עטרת צבי, נאך די פטירה פון זיין ברודער האט מען אויפגענומען רבי ישכר בעריש אלס רב און רבי אין זידיטשוב אויף זיין ברודער'ס ארט.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישכר בעריש איז נפטר געווארן אין סקאלע, דעם צווייטן טאג שבועות ז' סיון ה'תקצ"ב
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישכר בעריש האט געהייראט מרת עטיא א טאכטער פון הרב אליהו לעווינגער א תלמיד פון הרב משה לייב סאסאווער. זייערע קינדער:
- הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין (ה'תקס"ה - ט' סיון ה'תרל"ג), פון זידיטשוב, באקאנט אלס רבי אייזיקל זידיטשובער.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר