ה'תקס"ה
אויסזען
ה'תקס"ה (5565) – אדער אין קורצן תקס"ה – איז א יידיש יאר, וואס האט זיך אָנגעהויבן א' תשרי: דעם אוונט פארן 6טן סעפטעמבער, 1804, און עס האט זיך פֿאַרענדיקט כ"ט אלול: 23סטן סעפטעמבער, 1805. ה'תקס"ה איז אן עיבור יאר (מיט צוויי חדשים אדר: אדר א' און אדר ב') וואס איז לאנג 383 טאג. דאס איז א שמיטה יאר.
געשעענישן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- כ"ט כסלו – נאפאלעאן באנאפארטע ווערט קייסער פון פראנקרייך.
געבוירן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ה' אדר ב – רבי משה מיינץ, דיין אין דער קהילה פון פראנקפורט. (נסתלק געווארן ה'תרמ"ו)
- רבי מנחם נחום טווערסקי, אדמו"ר פון מאקארוב.
נפטר געווארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- י"ז טבת – רבי יעקב קראנץ, באקאנט אלס דער דובנא מגיד.
- כ"ח ניסן – מארי יחיא בן יוסף צאלח (מהרי"ץ), פון די חכמי תימן, באקאנט מיט זיין קנאות צו אפהיטן די תימנער מנהגים און צו פסק'ענען לויטן רמב"ם, און נישט לויטן שלחן ערוך, ווי אויך אנדערע אלטע תימנער מנהגים.
- ד' תמוז – הרב פנחס הלוי הורוויץ, רב פון פראנקפורט אם מיין און פון די תלמידים פונעם מעזריטשער מגיד, באקאנט אלס בעל ההפלאה.
קאלענדאר
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פֿאָלגנדיק איז אַ קאָמבינירטער יידיש - גרעגאריאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג-קעסטל :- איינער אדער צוויי אותיות וואס באצייכענען דעם טאג אינעם יידישן חודש, און א נומער וואס באצייכנט דעם טאג אינעם גרעגאריאנישן מאנאט.
די טעג װאָס זײַנען אָנגעװיזן מיט אַ באַזונדערן קאָליר, באַצײכענען ייִדישע פֿײַער־טעג און יום־טובֿים (אונטן איז דער אָנװײַז).
| ►► | ה'תקס"ה | ◀◀ |
| יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |