שלום עליכם (שרייבער)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

דער ארטיקל איז וועגן א שרייבער. פאר אנדערע באדייטן זעט שלום עליכם (באדייטן)

SholemAleichem.jpg

שלום עליכם (פּען־נאָמען פון שלום נַחומאוויטש ראבינאוויטש) (כ"ו אדר א' ה'תרי"ט - י' אייר ה'תרע"ו) איז געווען א שרייבער, איינער פון די באַריהמטסטע קלאסיקער פון דער ליטעראַטור אויף יידיש. ער האָט געשריבן ביכער איבערהויפט אויף דער יידישער שפראך, אבער אויך אויף רוסיש און העברעאיש.

פון זיינע באוואוסטע ביכער: טביה דער מילכיקער, מנחם מענדל, מאטל פייסע דעם חזנס.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שלום עליכם איז געבוירן אין אוקריינע כ"ו אדר א' ה'תרי"ט, צו זיין פאטער מנחם נחום ראבינאוויטש, א סוחר, און זיין מוטער חיה אסתר.

די עלטערן זיינע זענען געווען פרומע חסידישע יודן, אנהענגער פונעם רבי ר' דוד פון טאלנע זי"ע.

אויך שלום - זייענדיג א יונג בחור, האט אמאל באקומען א שטרענגע אנזאג פונעם רבי דער טאלנער מגיד, אז ער שרייבט גוט, אבער אויף צדיקים זאל ער חלילה קיינמאל נישט זינדיגן מיטן פעדער. און ער האט טאקע געהאלטן ווארט, און קיינמאל נישט עמטליך שלעכט געשריבן וועגן חסידות און רביים.

ער האט חתונה געהאט מיט אָלגאַ לאָיעוו און זיי האבן געהאט זעקס קינדער.

Sholem Aleichem.jpg

שרייבער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שלום עליכם האט אנגעהויבן שרייבן אויף יידיש אין 1883. סה"כ האט ער אנגעשריבן פערציג ביכער אויף יידיש. שוין אין 1890 איז ער געווען די צענטראלע פיגור פון יידיש ליטעראטור.

שלום עליכם איז פון די בעסטע ערצייגער פון יידישע געשריבענע ארטיקלען, וואס האבן אין זיך אזא סארט לעבהאפט, מיטן פאנטאזיע און הומאר וואס איז דערמיט באגלייט, אז ס'איז באמת צום באוואונדערן. דאס רוב פון זיינע ווערק זענען באזירט אויף יא געלט נישט געלט, דאס ארימע לעבן און שלימזל'דיגע מצב פונעם גלות יוד אין מזרח אייראפע, דאס גלוסט צו ציון און דעם יוד'ס חלום אויף הימל גוטס.

די תוכנ'פולע ארטיקלען זיינע, האבן געשלאגן ווארצלען גאר טיף און זיך פארשפרייט גאר ווייט, טראץ וואס אין זיינע לעבנס טעג האט ער נישט זוכה געווען צו זען די ריכטיגע פירות, איז אבער שפעטער וואס א צייט מער, געווארן היסטאריש באקאנט זיין נאמען, ווען סיי אין אוקריינא און סיי אין ישראל, ווערן מיט כבוד גערופן הויפט קווארטלען אויף זיין נאמען, שלום עליכם גאס, שלום עליכם הויז, און דאס טראדיציאנאלע שפיל, וואס לויפט שוין אפאר דורות אין די וועלטס טריבונעס, 'דער פידלער אויפן דאך', איז אפשטאמיג פון זיינס א פארשריפט 'טעוויע דער מילכיקער'.

אין יאהר ה'תשנ"ו האט מען אויפגעשטעלט אין תל אביב דאס שלום עליכם הויז אויף זיין נאמען.

אין תשס"ט, לכבוד דעם הונדערט און פופציקסטן יאר זייט זיין געבורט, האט דער כנסת אין ישראל אפגעהאלטן א יידיש טאג.[1]

שלום עליכם איז נפטר געווארן אין ניו יארק י' אייר ה'תרע"ו.

אייניגע סלאגאנען, פון שלום עליכם אין זיינע מאמרים:

  • דאס שוועבל צינד זיך שנעל, אבער לעשט זיך אויך שנעל.
  • אז מ'האט ניט קיין פינגער, קאן מען קיין פייג ניט מאכן.
  • אז מ'שפילט מיטן קאץ, דארף מען פארנעמען דעם קראץ.

ביבליאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ביכער און פילמען איבער עהם און זיינע ווערק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

יודיש[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • מענשלאַך און סצענעס, זעכצן צייכענונגען צו שלום-עליכמס [[לעצטער] ווערק: "מאטל פייסי דעם חזנס יונגל", באַלייט-ווארט פון בעל מחשבות, כלל פארלאג, בערלין, תרפ"ג. (50 עקז' געדרוקט מיט ספּעציעהלע פּאפּיהר געבונדן אין לעהדער)
  • דאס שלום עליכם בוך, רעדאקטיהרט דאָרעך זײַן איידעם י.ד. בערקאוויטש, שלום-עליכם בוך קאמיטעט, נו יארק, תרפ"ו, 382 ז'.
  • טעוויע, שווארץ-און-ווײַס פילם, נו יארק, 1939.
  • שלום-עליכם אין אמעריקע: די געשיכטע פון א קולטור-העלד, ייווא, 1990. (יודיש און עהנגליש)

העברעיאיש[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • הצד האפל בצחוקו של שלום עליכם, דן מירון, עם עובד, תל אביב, ה'תשס"ד, 320 ז'.

עהנגליש[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]