לדלג לתוכן

שלום לאנדא

פֿון װיקיפּעדיע
שלום לאנדא
באלאנג סאטמאר אהרונים
אמטן ראש ישיבת עמודי דגירסא ריבניץ
זיינע רביס רבי משה מנחם טירנויער
חיבורים א גליון וואס פלעגט ערשיינען וועכנטליך

הרב שלום לאנדא איז געווען א דיין אין וויליאמסבורג און ער פירט אויך א ישיבה און א כולל, היינט איז ער אויך א רב אין זיין בית מדרש אין וויליאמסבורג און ער פארשפרייט שיעורים פאר די המון עם אויף ענגליש.

ער איז א זוהן פון רבי יוסף דוב לאנדא, רב פון ביהמ"ד משכנות אברהם אין קרית יואל, און א ברודער פון רבי משה לאנדא, רב פון ביהמ"ד יאמפאלע אין וויליאמסבורג, און א ברודער פון הנגיד יואל לאנדא.

זייענדיג א תלמיד פון הגאון רבי משה מנחם טירנויער וואס מען פלעגט רופן אין ישיבה דיין, האט ער אדאפטירט דעם נאמען "דיין" אין ישיבה, אנשטאט "ראש ישיבה".

זומער תשע"ב האט ער געפענט א כולל, חודש תשרי תשע"ז האט ער געעפנט די ישיבה עמודי דגירסא ריבניץ[1] פאר עלטערע בחורים, היינט האט ער הונדערטער לומדים אין זיין מוסדות.

ער איז באקאנט מיט זיין קענטעניס אין תורת הנפש, אזוי אויך אינעם פעלד פון שלום בית און מען זאגט אז ער האט שוין ארויס געהאלפן צענדליגע אינגעלייט בעת צר, אזוי אויך זאגן זיינע נאנטע אז ער איז בקי אין חכמת הפרצוף, אויך קוקט ער הענט.

ער איז באקאנט אלץ א ראש ישיבה וואס איז זייער באליבט ביי זיינע תלמידים, און גיט זיך אפ מיט גרויס ווארעמקייט אפילו שפעטער נאך די חתונה.

זיינע תלמידים האבן געפענט בתי מדרשים אין וויליאמסבורג אין אין קרית יואל ווי זיי האלטן זיך אינאיינעם.

נאך איבער זיין קאריערע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שלום איז א מענטש וואס האט שוין עוסק געווען אין מערערע פעלדער דורכאויס זיין קאריערע.

אזוי אויך האט ער א בית דין שטיבל מיטן נאמען לדון ולהורות ווי ער דינט אלץ ראב"ד.

ער פלעגט אויך ארויסקומען וועכנטליך מיט א גליון וואס פלעגט זיין א חושן משפט מעשה מיט הלכות.

אין יאר תשפ"ה האט ער ארויס געגעבן זיין ספר "בשלום נפשי" וואס אנטהאלט שיעורים פונעם פארגאנגענעם האלבען יארצענדליג. דאס ספר נעמט צוזאם זעקס און דרייסיג סארטן פערזענליכקייטן צו העלפן מענטשן טרעפן זייער ריכטיגן מיסיע און באפרידיגונג אין לעבן.

סאשעל מידיא און ווידעאס: קורצע קליפס פון זיינע שמועסן אויף ענגליש האבן שוין באקומען מיליאנען קוקערס און איבער אפאר 100 טויזנט פאללאוערס.

די הויפט נקודות אין זיינע שיעורים:

  • אן אייגנארטיגע פערזענליכע מיסיע: ער לערנט אז יעדער מענטש האט א ספעציפישן, אייגנארטיגן תכלית און א הימלישע שליחות. ער לייגט אראפ אז ווען א מענטש איז זיך מתגבר אויף שולד געפילן און שטערערס, ברענגט דאס צו א קלארקייט אינעם לעבן.
  • פראקטישע רוחניות: מיט זיין קאמאן סענס צוגאנג קאנצענטרירט ער זיך אויף צו מאכן די תורה פראקטיש פארן טעגליכן לעבן, צומאל נוצנדיג קורצע מעשיות וואס מענטשן קענען זיך רילעיטן דערצו.
  • צוגעפאסטע תוכן: זיינע שמועסן, וואס מ'טרעפט אפט אויף טיקטאק און אינסטעגרעם, רעדן ארום איבער עמאציאנאלע געזונט, חינוך, און סענסיטיוויטעט אין בין אדם לחבירו.
  • דער אויבערשטער אלס א רעאליטעט: ער שטרייכט אונטער אז דער אויבערשטער איז אלעמאל דא אין די טעגליכע איבערלעבענישן און גיט כוחות אין שווערע צייטן, און איז נישט בלויז עפעס אן אבסטראקטע באגריף.
  • מיטגעפיל אן דזשאדזשן: ער ברענגט ארויס די וויכטיגקייט פון אהבת ישראל אן קיין תנאים, ער ווארנט קעגן דאס דזשאדזשן אנדערע, און שטרייכט אונטער ווי וויכטיג ס'איז זיך אליין צו בודק זיין.

זיין אנוועזנהייט אנליין:

  • טיקטאק און אינסטעגרעם: ער האט צוזאמגענומען א ריזיגן און געמישטן עולם, אריינגערעכנט גויאישע פאללאוערס וואס האבן הנאה פון זיין פראקטישע חכמה.
  • ער האט געקריגן א ברייטע שטיצע און פאללאוואינג צווישן פרומע און שוואכערע אידן צוגלייך.

זיין קאמאן סענס צוגאנג דינט אלס א בריק, וואס ברענגט ארגינעלע חסידישע השקפה צו א מאדערנעם, דיגיטאלן עולם, מיט א פאקוס אויף פסיכאלאגישע און עמאציאנאלע געזונט געבויט אויף די ריינע יסודות פון די תורה.

ער איז געווארן באשריבן חודש ניסן תשפ"ו אין די AMI[2] מאגעזין און אין די ניו יארק טיימס[3]

ר' שלום לאנדא פורים