לדלג לתוכן

רעדן:צענטראל-סינאגאגע

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

איך קען עפעס נישט אנולירן פוילישער'ס רעדאקטירונג צו צענטראל סינאגאג"ע", אלזא בין איך דא מוחה אויפן אריבערפיהרן צו א נישט יודישע קעפל.

און אז מ'רעדט שוין: ראביי בוקדאל איז א יוד, א רעפארם טעמפל איז נישט א בית המקדש און בכלל ווערן די רעפארמער ביי רוב וועלט געהעריג גערעכנט אלס יודן, אפילו דו און מערסטנס אולטרא-ארטאדאקסן האלטן נישט אזוי. נייגעריגער (רעדן) 18:09, 14 יאַנואַר 2015 (UTC)[ענטפֿער]

אויף וואס ביזטו מוחה? דו האסט נאכגעקוקט וויאזוי מען שרייבט סינאגאגע? דריי ווערטערביכער (וויינרייך, הארקאווי, רייכער) שרייבן מיט אן "ע". ווער שרייבט אָן אן "ע"?
צווייטנס, מיט וואס איז בוקדאל געווארן א יידענע?
א רעפארעם ארט רופט מען א טעמפל, נישט קיין שול. אויף יידיש ניצט מען נישט דאס ווארט טעמפל פארן בית המקדש. --פוילישער 23:29, 14 יאַנואַר 2015 (UTC)[ענטפֿער]
יודיש איז ביי מיר א לעבעדיגע שפראך מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן און נוץ אין טאג-טעליכן לעהבן, נישט בלויז זיך געלערנט אקאדעמיש פון א בוך. אין א ווערטער-בוך קוקט מען נאך ווען מ'האט א ספק איבער א ווארט, אבער נישט ווען מ'ווייסט קלאר ווי אזוי מ'שרייבט און רופט עס.
סינאגאגע איז דייטש נישט יודיש, סינאגאג איז ענגליש און מ'נוצט עס מערסטנס אזוי אין יודיש. און אזוי האלט איך ברויך מען שרייבן דעם ספעציפישן שוהל, אדער טעמפל אויב ווילט איהר דוקא, ווייל דאס געפינט זיך אין אמעריקע ווי מען רעדט ענגליש און מען רופט דאס סענטרל סינאַגאָג. און דאס איז נישט אנדערש פון אסאך ווערטער וואס זענען נישט יודיש נאר מ'שרייבט דעם ענגלישן טערמין מיט העברעאישע אותיות. (איבער צענטראל\סענטרעל וועל איך זיך נישט שפּאַרן מיט אייך).
כמעט אלע היינטיגע, און טייל אמאליגע, יודישע אויסגאבעס שרייבן אהן אן עי"ן. צום ביישפיל האב איך געזעהן דאס אידישע ווארט שרייבט סינאגאג, און הרב פרידענזאהן האט נאך געקענט יודיש אזוי גוט ווי אייך.
ראביי בוקדאל'ס טאטע איז א יוד, זי איז אויפגעצויגן געווארן ווי א יוד, זי דינט אלס יודישע חזן און ראביי זי פיהרט זיך און ציהט אויף איהרע קינדער מיט די יודישע רעליגיע. אלזא וואס נאך ברויך זי קוואליפיצירן צו ווערן ביי דיר אנגערופן א יודענע? דא איז נישט וויקישיבה אדער בחדריפדיה, ס'ברויך זיין א סעקולערע אנציקלאפעדיע. אלזא ס'איז נישט אין פלאץ דא אריינצוגיין אין הלכה'דיגע פראגן אויב זי האט זיך ריכטיג אדער בכלל מגייר געווען. אויב זי און יעדער ארום האלט איהר פאר יוד ברויך זי אזוי ווערן באצייכנט.
איך האלט אינמיטן מברר זיין פון פריערדיגע שריפטן פונקט ווי אזוי מ'זאל דא רופן א רעפארם שוהל (ס'דא גענוג מקורות וואו איך זעה אז מ'האט עס אויף יודיש אין טייל געגנטער קלאר גערופן א רעפארם-שוהל און נאר אויף דייטש - אויף וואס רוב פון די ערשטע רעפארמער האבן גערעדט און געשריבן - און דערנאך ענגליש האט מען עס גערופן טעמפל, אבער מיין פארשונג איז נאכנישט פארטיג), אבער ביז איך באשלוס זעהט ווי דאס ווארט טעמפל פיהרט ביזדערווייל דא אויף וויקיפעדיע צו בית המקדש - וואס איז דוקא לשון הקודש. למען האמת מוז איך באצייכענען אז אין אסאך פלעצער האט מען יא באצייכנט דעם בית המקדש אלס טעמפל, ס'קומט מעגליך פון די דייטשמעריסטן.
און איבריגס, רופן זיי זיך נישט א טעמפל. זיי רופן זיך צענטראל-"סינאגאג", וואס איז ענגליש פאר שוהל. נייגעריגער (רעדן) 06:27, 15 יאַנואַר 2015 (UTC)[ענטפֿער]
ערשטנס, זיי אזוי גוט פאלג דעם שטייגער פון וויקיפעדיע אריינרוקן דיין אפרוף אין א שמועס בלאט.
כ'האב נישט געזען דאס ווארט "סינאגאג" אין "דאס אידישע ווארט" אבער, אדרבא, ווען דו שרייבסט אזוי ווי "דאס אידישע ווארט" שרייבט, וואלט טאקע געווען זייער שיין. --פוילישער 19:03, 15 יאַנואַר 2015 (UTC)[ענטפֿער]