לדלג לתוכן

אהרן קאטלער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון רבי אהרן קאטלער)
אהרן קאטלער
געבורט 1891
סיסלעוויטש, בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 29 נאוועמבער 1962 (אלט 71 בערך)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג ליטוואקעס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
צאצאים שניאור קאטלער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אהרן קאטלער (ה'תרנ"ב- ב' כסלו ה'תשכ"ג) איז געווען א ראש ישיבה אשכנזישע אין דער ליטע און שפעטער אין אמעריקע, וואו ער האט געגרינדעט די ישיבה בית מדרש גבוה.

הרב קאטלער איז געבוירן אין סיסלעוויטש, ווייסרוסלאנד, רוסלענדישע אימפעריע (היינט בעלארוס) אין תרנ"ב, צו זיין פאטער הרב שניאור זלמן פינעס, דער שטאטס־רב.

די לעצטע נאמען קאטלער האט ער גענומען פון א משפחה-קרוב, כדי זיך ארויסצודרייען פון דארפן דינען אין מיליטער.

שוין אלס קינד איז ער געווען א עילוי, מ'זאגט אז ער האט אלס יונגל געקענט גאנץ תנ"ך אויסעווייניג.

ער האט געלערנט אין דער סלאבאדקער ישיבה ביי רבי נתן צבי פינקל, דער "אלטער פון סלאבאדקע", און רבי משה מרדכי עפשטיין. רבי איסר זלמן מעלצער האט אים גענומען פאר אן איידעם, און ער האט אטייל גענומען מיט זיין שווער אין דער הנהלה פון דער לוצקער ישיבה.

ער האט געגרינדעט די ליטווישע ישיבה בית מדרש גבוה ד'לעיקוואוד אין דער געגנט וואס איז היינט באוואוינט מיט טויזנטער אידישע איינוואוינער און אין דרום ניו זשערסי.

דער היינטיגער ראש ישיבה איז רבי מלכיאל קאטלער זיין אייניקל, א זון צו רבי אהרן'ס איינציגן זון הרב שניאור.

ער ליגט אין הר המנוחות.

רבינו הגדול שר התורה ועמוד היראה רבן של ישראל צדיק יסוד עולם, הקים עולה של תורה בדורו והאיר יובל שנים עיני ישראל באור תורתו חסידותו, עורך מערכות ומיישר הדורים מפרק הוויות ומפרק שברים, קברניט נאמן, לוחם מלחמתה של תורה, גודר גדר ועומד בפרץ, עשה מעשי חייא ונתן נפשו על קיומה של תורה בישראל בגולה ובאה"ק (=ובארץ הקודש), על עבודת הצלה בשנות הזעם ת"ש-תש"ה, ועל מעשה החסד לכלל ולפרט, החזיר עטרה ליושנה להעמיק ולהרחיב גבולות לימוד התורה בטהרתה ובקדושתה בארצות הברית על ידי בית מדרשו בלייקווד, ועל ידי השפעתו קיבץ וריבץ תלמידים לאלפים בישיבתו בקלצק ובירושלים עיה"ק (=עיר הקודש) בישיבת עץ חיים.