לדלג לתוכן

ראש השנה

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ראש־השנה)
סימבאלן פון ראש השנה.ס׳איז א מנהג ראש השנה ביינאכט צו עסן א שטיקל עפל געטונקען אין האניג.

ראש־השנה איז א יידישער יום טוב אין דעם ערשטן טאָג פון דעם יידישן יאָר, אנהייב חודש תשרי, (און דער זיבטער חודש לויט דעם קאלענדער אין דער תורה וואס פאנגט אָן ציילן פון חודש ניסן). אין דער קריסטלעכע צייט-רעכנונג, פאלט אויס ראש השנה, אין סעפטעמבער אדער אָקטאָבער.

אין דעם טאג פייערט מען דער אנפאנג פון יאר, און מען איז ממליך דער גאט פון די וועלט. אויך ווערט גערעכנט דער טאג אלס א יום הדין אזוי ווי עס שטייט אין חז"ל: ”בראש השנה כל באי העולם עוברים לפניו כבני מרון, שנאמר:'היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם'” (מסכת ראש השנה א')

דער יום טוב איז צוויי, אויך אין ארץ ישראל, אנדערש פון אנדערע ימים טובים (זעט ראש חודש).

ראש השנה איז דער אנפאנג פון די צען טעג עשרת ימי תשובה, וואס מיט דעם פאסט-טאג יום כיפור טון זיי זיך ענדיקן.

אויך ווערט די צייט גערופן ימים נוראים.

דער מקור פון דער יום טוב שטייט אין דער תורה:

וּבַחֹדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ מִקְרָא קֹדֶשׁ יִהְיֶה לָכֶם כָּל מְלֶאכֶת עֲבֹדָה לֹא תַעֲשׂוּ יוֹם תְּרוּעָה יִהְיֶה לָכֶם” (במדבר כ"ט, א')

בַּחֹדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ, יִהְיֶה לָכֶם שַׁבָּתוֹן זִכְרוֹן תְּרוּעָה מִקְרָא-קֹדֶשׁ כָּל-מְלֶאכֶת עֲבֹדָה לֹא תַעֲשׂוּ” ( ויקרא כג, כג)

ערב ראש השנה איז דער מנהג אז יעדער איינער איז "מתיר נדר" פאר דריי מענטשן.

ייִדישע צײַטן און ימים טובים

שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת - שמחת תורה | חנוכה

עשרה בטבת | ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | פסח שני | ל"ג בעומר

שבועות | שבעה עשר בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | חמשה עשר באב

ראש חודש | חול המועד | תענית