תשליך
מראה
תשליך איז דער נאמען פון א אידישער מנהג צו גיין דעם ערשטן טאג פון ראש השנה צו א טייך וואס איז דא דערינען פיש און דארט "אוועקווארפן" אלע עבירות וואס דער מענטש האט געטון א גאנץ יאר. דער מנהג האט מען ארויסגעלערנט פון א פסוק: ”ותשליך במצולות הים כל חטאתם”.
אין אן ארט וואו עס איז נישטא קיין טייכן מיט פיש, מאכט מען תשליך אויך לעבן יעדער וואסער איינזאמלונג אדער אפילו ביי וואסער וואס רינט פון א קראן.
אויב דער ערשטער טאג ראש השנה געפאלט שבת, זאגט מען תשליך נאר ביים צווייטן טאג. אסאך פירן זיך, מען גייט זאגן תשליך א טאג פאר ערב יום כיפור (אדער דעם פריערדיקן אוונט) וואס ווערט גערופן "שלש עשרה מדות", ווייל מען זאגט דעם פזמון מיט די שלש עשרה מדות ביי סליחות אין יענעם טאג.
עס איז געשריבן געווארן א ספעצילע תפלה פון חיד"א צו זאגן ביי תשליך.