לדלג לתוכן

משה פיינשטיין

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ר' משה פיינשטיין)
רבי משה פיינשטיין
געבורט 3 מערץ 1895
אוזדא, בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 23 מערץ 1986 (אלט 91)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע, סאוועטן פארבאנד, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג ליטוואקעס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
צאצאים
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
רבי משה פיינשטיין זאגט די ברכות ביי דער חופה פון רבי יונה שטענצל׳ס טאכטער
מתיבתא תפארת ירושלים

רבי משה פיינשטיין (ז' אדר תרנ"ה - י"ג אדר ב' תשמ"ו), איז געווען אַ רב, געלערנטער און פוסק, וואָס איז ביי פילע באטראכט געווארן ווי דער פאקטישער העכסטער הלכה'ישער אויטאָריטעט פאר פרומע אידן אין צפון אַמעריקע. אין הײנטיגע רבנישע ליטעראַטורן ווערן אָפט רעפערירט זײַנע פּסקים. פיינשטיין האט געדינט אלס פרעזידענט פון דעם פארבאנד פון ארטאדאקסישע רבנים, פארזיצער פון דער מועצת גדולי התורה פון דער אגודת ישראל פון אַמעריקע, און ראש ישיבה פון מתיבתא תפארת ירושלים אין ניו יאָרק. ער האט פארפאסט די ספרים אגרות משה און דברות משה.

געבוירן אין אוזדא לעם מינסק, רוסלענדישע אימפעריע (היינט ווייסרוסלאנד) אינעם געבורטס-טאג פון משה רבינו, און דערפאר האט מען אים א נאמען געגעבן משה - נאך משה רבינו. ער איז געווען אן אייניקל פונעם ווילנער גאון, דעם של"ה, הרב יום-טוב ליפמאן העלער און הרב יחיאל היילפרין.

אין דער יוגנט איז ער געווען רב אין שטאט ליובאן, און שפעטער האט ער זיך באזעצט אין נוא יארק, און געווארן ראש ישיבה פון תפארת ירושלים. ער איז באוואוסט מיט פארשידענע פסקים וואס האבן אויפגעשאקעלט די וועלט, אזוי ווי זיין פסק וועגן נידריגע מחיצות אין בית המדרש, און וועגן מילך, און קינסטלעכע באפרוכפערונג.

ר' משה האט געזאגט אז ער האט איבער געחזר׳ט שולחן ערוך 400 מאל.

מ'דערציילט אויף אים פארשידענע מופתים, די תלמידים שרייבן אז מ'האט "קיינמאל" נישט געזען קיין פליג ביי זיין טיש. ער איז געווען בעל הבית אויף זיין שלאפן, ער איז איינגעשלאפן די רגע וואס ער האט זיך געלייגט און אויף געשטאנען די רגע וואס ער האט געוואלט אויף שטיין.

ער ווערט פאררעכנט אלץ פוסק הדור, ער האט פארפאסט די ספרים שו"ת אגרות משה, און ספר דברות משה.

ער האט איבערגעלאזט נאך זיך צוויי זין און א טאכטער:

רבי משה איז נפטר געווארן אין ניו יארק י"ג אדר שני תשמ"ו. מען האט אים געפירט אין ארץ ישראל און ער ליגט אין הר המנוחות נאנט צו זיין רבי'ן רבי איסר זלמן מעלצער און רבי אהרן קאטלער, לעבן דעם בעלזער רבי.