קישקעריש

פֿון װיקיפּעדיע
קישקעריש
מדינה / טעריטאָריע אונגארן

 ‑ אין שטאט

14,452‏  (שטייענדיג 2009)

קישקעריש (אונגאַריש: Kiskőrös, דײַטש: Körösch) איז א שטעטל אין אונגארן, 100 ק"מ דרום פון בודאפעסט און 77 ק״מ מערב פון סעגעד.

אין יאר 1900 האבן געוואוינט אין קישקעריש אומגעפער 400 אידן.‏[1]

דער רב דארטן איז געווען הרב דוב לעבלאוויטש, אבער עס איז נישט געווען צו קיין אידיש שטעטל און בפרט איז דארט כמעט נישט געווען קיין חסידישע אידן.

עס געפינט זיך 25 ק"מ צפון־מערב פון קישקונהאלאש.

עס האט דארט געוואוינט ביז הארט פארן קריג הרב לוי יצחק יאזעפאוויטש וואס האט דאן פארן קריג געדארפט ווערן אויפגענומען אלס דיין אין בודאפעשט; נאכן קריג איז ער געווארן רב אין דער דאבזי גאס 7-9 שול, וואס דאס האט אין די ראטן פארבאנד לענדער געהייסן אן איינגעשטעלטער ביי דער רעגירונג און מען האט דערפאר באקומען פרייע געזונט דעקונג און א געהאלט, ווי אויך איז ער געווען דער משגיח מטעם דעם בית דין אין בודאפעשט אויף דער השגחה פון דעם היינטיגן באקאנטן אונגערישן בראנפן (פלוימען פאלינקע) פון דער צוואק Zwack פירמע. אונטער די קאמוניסטן האט דאס געהערט פאר דער רעגירונג און ממילא האט דער שטאטישער בי"ד געהאט די אויסשליסליכע בעלות אויף די השגחות מטעם דער רעגירונג.

נאכן קריג האט געדינט אין קישקעריש אלס שוחט און רעגירונג-רב הרב בנציון איצקאוויטש, שפעטערדיגער מנהל אין תלמוד תורה יטב לב אין ירושלים.

צווילינג שטעט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די שטאט האט אכט צווילינג שטעט:[2]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. "קישקעריש", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)
  2. Testvértelepülések. דערגרייכט דעם ‏30סטן אפריל 2014.