סעגעד
| ||||||||||||||||||||||||||
סעגעד (אונגאַריש: Szeged; דײַטש: Szegedin; רומעניש: Seghedin; קראאטיש: Segedin; סערביש: Segedin, Сегедин) איז די דריטע גרעסטע שטאט אין אונגארן (נאך בודאפעשט און דעברעצין), די גרעסטע שטאט און דער געביט־צענטער פונעם דרום גרויסן פלוין און די קאנטשטאט פון טשאנגראד.
סעגעד באדעקט א שטח פון 280.84 קוואדראט ק"מ, און האט א באפעלקערונג פון 170,052 מענטשן (2012).
אין 2021 האבן געוואוינט אין דער שטאט 159,074 איינוואוינער
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]סעגעד ליגט נישט ווייט פונעם דרום גרענעץ פון אונגארן, אויף ביידע ברעגן פונעם טיסע ביים מויל פונעם מאראש טייך. כמעט אינמיטן פון דער קארפאטן בעקן. די אונגאריש־סערבישע גרענעץ געפינט זיך גלייך אינדרויסן פון דער שטאט.
דער קלימאט איז קאלט אין ווינטער, ווארעם אין זומער, מיט ווייניג רעגן.
די זון שיינט א סך שעה'ן אין יאר, דעריבער רויפט מען סעגעד "די שטאט פון זון".
אין 2021 האבן געוואוינט אין דער שטאט 159,074 איינוואוינער.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די געגנט איז שוין געווען באוואוינט אין אלטע צייטן. דער אסטראנאם קְלָאוּדִיוֹס פְּתוֹלֶמָאיוֹס, וועלכער האט געלעבט אין 2טן יארהונדערט, דערמאנט די שטאט אונטערן נאמען Partiscum (אוראלט גריכיש: Πάρτισκον[1]) אלס א באפעסטיגטע האנדל־סטאנציע אויף אן אינזל אויפן טיסע טייך.
עס איז מעגליך אז אטילא, דער קעניג פון די הונען, האט געהאט זיין הויפט שטאט ערגעץ אין דעם געגנט.
דער נאמען סעגעד ווערט צום ערשטן מאל דערמאנט געווארן אין 1183, אין א דאקומענט פון קעניג בעלא דער דריטער.
אין דעם 2טן יארהונדערט איז אויפגעשטעלט געווארן א רוימישע האנדלס פאוסט אויף אן אינזל אינעם טיסא טייך, אבער די יסודות פונעם סעגעד שלאס ווייזן אז די געביידע איז שוין מעגליך געבויט געווארן אויף א נאך עלטערן פארט. היינט איז נאר איין ווינקל פונעם שלאס נאך געבליבן שטיין.[2]
ביים מאנגאלישער אינוואזיע איז די שטאט חרוב געווארן און אירע איינוואוינער זענען אנטלאפן אין די ארימיגע זומפן, אבער זיי זענען באלד צוריקגעקומען און ווידער אויפגעבויט די שטאט. אונטער דער הערשאפט פון לאיאש דער גרויסער, אין דעם 14טן יארהונדערט, איז סעגעד געווארן די וויכטיגסטע שטאט פון דרום אונגארן,און א וויכטיגע סטראטעגישע פעסטונג קעגן דער אטאמאנישער אימפעריע.
קעניג זיגמונד פון לוקסעמבורג האט אויפגעשטעלט א מויער.
אין 1498 האט מאקסימיליאן דער ערשטער איר דערקלערט אלס א פרייע קעניגליכע שטאט, דאס הייסט א שטאט מיט א געוויסער אויטאנאמיע.
סעגעד איז צום ערשטן מאל באפאלן געווארן דורך דעם מיליטער פון דער אטאמאנישער אימפעריע דעם 28סטן סעפטעמבער 1526, אבער איז ערשט אין 1543 איינגענומען געווארן דורך די אטאמאנען, נאכדעם וואס זי האט זיך געהאלטן פאר עטליכע חדשים קעגן א בלאקאדע.
אונטער דער אטאמאנישער הערשאפט פון סוליימאן דער פראכטפולער איז די שטאט געווארן די הויפטשטאט פון א סאנדזשאק (א אַדמיניסטראטיווע טייל פון דער אטאמאנישער אימפעריע)
דעם 23סטן אקטאבער 1686 איז סעגעד באפרייט געווארן פון דער אטאמאנישער הערשאפט און צוריקגעקומען צו איר סטאטוס אלס פרייע שטאט אין דער האבסבורג־אונגארישער קעניגרייך ביז 1715.
אין 1719 האט סעגעד באקומען איר הערב (וואס ווערט נאך היינט גענוצט) פון קארל דער דריטער.
אין 1720 האט די עטנישע אונגארישע באפעלקערונג פון דער שטאט געציילט בערך 13,000 ביז 16,000 מענטשן, בשעת די צאל סערבישע איינוואוינער איז געווען 1,300.[3]
דער ערשטער דרוקעריי איז אויפגעשטעלט געווארן אין 1801, און די אלטע שטאטראט געביידע אוך דער ציווילער שפיטאל איז אויפגעבויט געווארן בערך אין דער זעלבער צייט.[4]
סעגעד איז באקאנט אלס דער היים פון פאפריקא, א געווירץ וואס ווערט געמאכט פון געטריקנטע און געמאלענע פעפער פרוכטן. פאפריקא איז אנגעקומען קיין אונגארן אין דער צווייטער העלפט פונעם 16טן יארהונדערטאון געניצט געווארן מער אלס א דעקאראטיווע פלאנץ. בערך 100 יאר שפעטער איז עס געווארן קולטיווירט אלס א קרויט־צוגאב, און די פאפריקא ווי מיר קענען איר היינט.[5]
אין דער תקופה פון דער רעוואלוציע פון 1848 האט סעגעד באקומען א וויכטיגע ראלע. דער רעוואלוציע־פירער לאיאש קושוט האט דארט געהאלטן איינס פון זיינע וויכטיגסטע רעדעס, און די שטאט איז געווען דער לעצטער פלאץ פון דער רעוואלוציאנערער רעגירונג ביז יולי 1849. די האפסבורגער הערשער האבן באשטראפט די פירער פון דער שטאט, די אנקום פון דער באן־ליניע אין 1854 און דאס צוריקגעבן דעם סטאטוס פון א פרייע שטאט אין 1860 האבן אנגעצייכנט א נייע תקופה אין דער אנטוויקלונג פון דער שטאט.
די שטאט האט זיך שטארק אנטוויקלט, געצויגן נייע איינוואוינער, אריינגערעכנט א גרויסע צאל אידן, און עס זענען געעפנט געווארן קולטורעלע אינסטיטוציעס און אינדוסטריעלע פאבריקן. צווישן די וויכטיגסטע פאבריקן איז געווען דער פיק סעגעד פאבריק, א סאלאמי פאבריק, וואס איז געווארן איינע פון די גרעסטע ארבעטגעבער אין דער געגנט.
היינט האט דער אינערשטאט פון סעגעד ברייטע עוועניוס. דאס איז בעיקר צוליב דער גרויסער פארפלייצונג פון 1879, וואס האט כמעט אינגאנצן פארניכטעט די שטאט (נאר 265 פון די 5,723 הייזער זענען געבליבן שטיין און 165 מענטשן זענען אומגעקומען). קייסער פראנץ יאזעף האט באזוכט די שטאט און צוגעזאגט אז "סעגעד וועט זיין שענער ווי אמאל". ער האט געהאלטן זיין צוזאג, און אין די קומענדיגע יארן איז א נייע, מאדערנע שטאט אויפגעקומען פון די חורבות, מיט פאלאצן און ברייטע גאסן.

אין 1872 איז געעפנט געווארן די אוניווערסיטעט פון סעגעד, וואס איז איז איינער פון די חשובסטע אוניווערסיטעטן אין אונגארן.
אין 1882 איז אויפעשטעלט געווארן דער געביידע פונעם נאציאנאלן טעאטער פון סעגעד.
1907 איז געגרינדעט געווארן דער נייער בית המדרש פון סעגעד, דער צווייטער גרעסטער בית המדרש אין אונגארן.

20סטן יארהונדערט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך דער ערשטער וועלט מלחמה האט אונגארן פארלוירן טיילן פון איר דרום צו רומעניע און סערביע, און סעגעד איז געווארן א גרעניץ־שטאט. נאך א תקופה פון ירידה זענען פארשידענע אונגארישע אינסטיטוציעס וואס זענען פריער געווען אין טעמעשוואר, וועלכע איז איבערגעגעבן געווארן צו רומעניע, אריבערגעפירט געווארן קיין סעגעד. דער אוניווערסיטעט איז אין 1921 פאראייניגט געווארן מיטן אוניווערסיטעט פון סעגעד, און אויך דער זיץ פון דעם בישאף איז אריבערגעפירט געווארן אהין.
די שטאט איז אין 1919 פאר א קורצע צייט איינגענומען געווארן דורך דער רומענישער ארמיי בעת דער אונגאריש רומענישער קריג. זי איז אויך געווארן א צענטער פאר רעכטע כוחות, וועלכע האבן שפעטער אויפגעשטעלט מיקלאש הארטי אלס דער נייער פירער פון לאנד נאך דעם אראפווארפן פון דער אונגארישע סאוועט רעפובליק.[6]
אין דער צווייטער וועלט מלחמה איז די שטאט איינגענומען געווארן דורך דער ווערמאכט דעם 19טן מערץ 1944. אין די קאמפן אין און ארום דער שטאט זענען אומגעקומען בערך 6,000 מענטשן. די גרויסע אידישע קהילה, וואס האט געציילט בערך 4,000 מענטשן און איז געווען ארום 3 פראצענט פון דער שטאט'ס באפעלקערונג, איז אויך געשיקט געווארן צו איר פארניכטונג. די שטאט איז איינגענומען געווארן דורך דער רויטער ארמיי אין סוף 1944.

אין 1965 איז אנטדעקט געווארן אויל אין דער אומגעגנט פון דער שטאט.
אידישע קהילה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ערשטע אידן זענען אנגעקומען אין דער שטאט אין דער תקופה פון דער אטאמאנישער אייננעמונג, און זענען שפעטער פארטריבן געווארן נאך דעם ענדע פון דער אטאמאנישער הערשאפט.
ביז דער בריוו פון טאלעראנץ אין 1781 האט די שטאט, צוליב איר סטאטוס אלס פרייע קעניגליכע שטאט, געהאט די רעכט צו פארמיידן אידן פון זיך באזעצן דארט. די ערשטע אידישע משפחה האט זיך טאקע אין יענעם יאר באזעצט אין סעגעד.
אין 1840 האט די אידישע באפעלקערונג דערגרייכט 681 מענטשן. אלס א יונגע און רייכע אימיגראנטישע קהילה, וואס האט געהאט ווייניג טראדיציאנעלע יסודות, איז סעגעד געווארן א וויכטיגער צענטער פאר די נעאלאגן. בעת דער די טיילונג אין אונגארישן אידנטום האט די גאנצע קהילה זיך אנגעשלאסן מיט די נעאלאגן.
די קהילה האט זיך שטארק אנטוויקלט אונטער דער הנהגה פון די רבנים לעאפאלד לעף און זיין זון עמנואל לעף. ביידע האבן געפירט די קהילה במשך מער ווי זעכציג יאר און האבן געשפילט א וויכטיגע ראלע ביים אויפשטעלן אירע מוסדות.
אין 1903 איז געענדיגט געווארן דער נייער בית הכנסת פון סעגעד, וואס איז די צווייט גרעסטע בית הכנסת אין אונגארן, נאך דעם גרויסן בית הכנסת אויף דאהאני גאס אין בודאפעסט. דער בית הכנסת איז געבויט געווארן לויט די פלענער פונעם ארכיטעקט ליפאט באומהארן, מיט דער הילף און אנווייזונגען פון הרב עמנואל לעף.
אין די 1920ער יארן איז די אידישע באפעלקערונג פון סעגעד געוואקסן און דערגרייכט איר העכסטן שטאפל.
אין 1941 זענען אין דער שטאט געציילט געווארן 4,161 אידן, וואס האבן אויסגעמאכט בערך 3 פראצענט פון דער באפעלקערונג. א גרויסער טייל פון די מענער זענען אין דער מלחמה אריינגערופן געווארן אין די אונגארישע ארבעטס דינסט, און א גרויסער טייל פון זיי איז אומגעקומען צוליב די שווערע באדינגונגען.
נאך דער דייטשער אייננעמונג דעם 19טן מערץ 1944 זענען די אידן פון סעגעד און פון די ארומיגע געגנטן צוזאמענגעשטעלט געווארן אין דער שטאט. דעם 17טן מאי זענען א טייל פון זיי פארטריבן געווארן צום געטא אין באיא און פון דארט קיין אוישוויץ, בשעת די איבעריגע זענען אין יוני דירעקט געשיקט געווארן קיין אוישוויץ. דער לעצטער וואגאן פונעם לעצטן טראנספארט, דעם 28סטן יוני, איז באשטימט געווארן צו ווערן געראטעוועט דורך דער קאסטערנער באן.
בארימטע מענטשן פון סעגעד
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רביצין אסתר יונגרייז
פונדרויסנדיגע לינקס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דרויסנדיגע לינקס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]גאלעריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- קלאוזאל פלאץ
- פאסט פאלאץ
- רעליעף פון קעניג מאטיאש קארווינוס פון אונגארן
- סטאטוע פון קעניג בעלא דער פערטער פון אונגארן
- אונגאר־מאיער הויז (1911)
- ארט נאוועא ארכיטעקטור
- סטאטוע פון דער גרויסער פארפלייצונג (1879)
- אינסטיטוט פאר אינפארציע און IT דעפארטמענט, אוניווערסיטעט פון סעגעד
- פעקולטי פון וויסנשאפטן (כעמיע געביידע), אוניווערסיטעט פון סעגעד
- לופט־פאטאגראפיע
- סעגעד בריק איבערן טיסא
- פעקעטע הויז
- ↑ Klaudios Ptolemaios. Handbuch der Geographie. Griechisch-Deutsch. Herausgegeben von Alfred Stückelberger und Gerd Graßhoff. Schwabe Verlag Basel. 2006, p. 310-311
- ↑ Szeged by Dr. Trogmayer Ottó
- ↑ Ádám Fejér, Magyarok és szlávok. (Konferencia, Szeged, 1991. május 30-31). Szerk. Fejér Ádám, H. Tóth Imre stb. (Kiad. a JATE Szláv Filológiai Tansz.), József Attila Tudományegyetem, 1993, p. 262, ISBN 9789634819929
- ↑ Farkas, József (1985). Szeged Története 2 1686-1849 (אויף Hungarian), 699.
- ↑ Vickery TV Paprika (Hungary) (28 July 2009).
- ↑ (2017-09-21) The Cambridge History of Communism, 1, Cambridge University Press. DOI:10.1017/9781316137024. ISBN 978-1-316-13702-4.