לדלג לתוכן

קרבן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון קורבן)

קרבן איז וואס א ייד האט געקענט (און צומאל געדארפט) ברענגען אין בית המקדש פאר גאטס וועגן, דאס האט מען געברענגט צום מזבח אין בית המקדש.

  • געווענליך איז א קרבן געווען א בהמה, עס זענען אבער דא ספעציעלע קרבנות וואס זענען נישט פון בהמות ווי א קרבן מנחה און ביכורים.
  • א קרבן האט געקענט זיין איינס וואס מען האט מנדב געווען, אדער וואס מען איז געווען מחויב צו ברענגען.

קרבנות ווערן איינגעטיילט אין פאר סארטן:

  • עולה, דאס איז א קרבן וואס מען פארברענט אינגאנצן אויפן מזבח.
  • חטאת, דאס איז א קרבן וואס מען ברענגט פאר א זינד וואס איינער האט געטאן. די פלייש האבן די כהנים געגעסן. עס זענען אויך געווען קרבן חטאת וואס מען האט אינגאנצן פארברענט (ווי די חטאת פון יום כיפור).
  • אשם, דאס איז אויך א קרבן וואס מען ברענגט פאר זינד וואס איינער האט געטאן. די פלייש האבן די כהנים געגעסן
  • שלמים, דאס איז א קרבן וואס מען ברענגט אין די וואס ברענגן דאס (אפילו א ישראל עסן די פלייש דערפון. חוץ פון שלמי ציבור.
  • קרבן מנחה דאס איז א קרבן וואס איז געמאכט פון מעהל.

עס זענען געווען א פאר סבות פאר ברענגן א קרבן.

א עולה, שלמים, און מנחה האט איינער געקענט ברענגן סתם אזוי ווייל ער האט געוואלט ברענגן א קרבן פאר גאט.

א חטאת און אשם האט מען געברענגט אויב מען האט געזינדיגט.

אויך איז געווען קרבנות וואס מען האט געמוזט ברענגן אין בית המקדש צוליב די צייט אין טאג, וואך, אדער יאר. ווען עס איז געווען יום טוב.

די קרבנות וואס מען האט געדארפט ברענגן צוליב די צייט, איז געווענליך געווען א קרבן ציבור, וואס מיינט צו זאגן אז עס איז געקומען פון די געלט וואס מען האט צוזאמען גענומען פון אלע יידען.

פון די דינים וואס גייט אן ביי א קרבן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס זענען פארהאן פארשידינע דינים וועגן ברענגן א קרבן.

צייט פון מקריב זיין א קרבן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א קרבן האט מען נאר געמעגט מקריב זיין בייטאג. רוב קרבנות דארף מען נאר שפריצען די בלוט אז עס זאל זיין מותר צו עסן, אויב האט מען שוין געשפריצט די בלוט דאן האט מען א גאנצע נאכט צו מקריב זיין די איבריגע טיילן (געווענליך די פעטנס). אבער חז"ל האבן מתקן געווען אז מען זאל אלעס מקריב זיין פאר חצות.

ווען איינער האט געברענגט א קרבן האט מען געטאן מיט דעם די פאלגענדע זאכן.

  • סמיכה, די בעלים (דאס הייסט דער וואס האט געברענגט די קרבן) האט זיך אנגעלאנט אויף די בהמה און געזאגט ווידוי.
  • שחיטה, (אדער מליקה ביי א עוף) מען האט גע'שחט'ען די בהמה.
  • קבלה, מען האט מקבל געווען די בלוט אין א כלי.
  • הולכה, מען האט געפירט די בלוט צום מזבח.
  • זריקה, מען האט געשפריצט די בלוט אויפן מזבח.
  • הקטרה, מען האט געלייגט אויפן מזבח וואס מען האט געדארפט לייגן אויפן מזבח פון די בהמה.
  • אכילה, אויב עס איז געווען וואס צו עסן האט מען דאס געדארפט עסן פאר די צייט וואס מען מעג דאס עסן.

טראכטן ביים מקריב זיין די קרבן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די כהן האט געדארפט טראכטן פון 2 זאכן ביים טאן 4 פון די עבודות ביי א קרבן.

די 4 עבודות:

  1. שחיטה
  2. קבלה
  3. הולכה
  4. זריקה

די 2 מחשבות:

  1. לשם הזבח, וואס פאר א קרבן ער ברענגט.
  2. לשם בעליו, ווער עס ברענגט די קרבן.

פאר א עולה האט ער געדארפט טראכטן 6 זאכן ווען ער האט עס געשחטן:

  1. וואס פאר א קרבן
  2. ווער עס ברענגט דאס
  3. אז ער שחט דאס פאר גאט
  4. אז ער גייט אלעס פארברענען אויפן מזבח פאר גאט
  5. אז זיין פארברענען איז פאר א פארגעניגען נאר
  6. און אז די פארגעניגען איז נאר פאר גאט

ווער קען טאן די עבודות פון א קרבן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שחיטה קען טאן אויך א ישראל. פון שחיטה און ווייטער מוז אלעס געטאן ווערן דורך א כהן.

די פלאץ ווי מען ברענגט די קרבנות

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס זענען דא 2 סארטן קרבנות לגבי דעם, איינס ווערט אנגערופן קדשי קדשים, און די אנדער קדשים קלים.

קדשי קדשים, דאס דארף מען שחטן אויף צפון זייט פון די מזבח

קדשים קלים, דאס קען מען שחטן אין די גאנצע עזרה.

נישט אלע קרבנות האט מען געשפריצט די בלוט אויף די זעלבע פלאץ פון מזבח.

א אשם, שלמים, און עולה האט מען אלעמאל געשפריצט די זעלבע וועג, מען האט גשפריצט פון די כלי אין וואס מען האט געהאט די בלוט פון די בהמה אויף צוויי ווינקלען פון די מזבח, אויף די אינטערשטע טייל פון מזבח, די כהן איז געשטאנען אויף דער ערד, שיפערהייט אויף אזא וועג אז צוויי זייטן פון די מזבח זענען געווארן אנגעשפריצט. די צוויי ווינקלען זענען געווען צפון-מזרח און דרום-מערב.

א חטאת וואס די כהנים האבן עפעס געגעסן דערפון האט מען גשפריצט זייער בלוט אויף די 4 ווינקלען פון מזבח, דאס איז געווען אויף די אויבערשטע העלפט דורך דעם וואס די כהן איז ארויף געגאנגן אויפן סובב פונם מזבח און ארום געגאנגען די גאנצע מזבח און זיך אפגעשטעלט ביי יעדע ווינקל ארויפצושמירען מיט די דריי ערשטע פינגער פון די רעכטע האנט די בלוט. די איברעיגע בלוט האט מען אויס געגאסן אין די יסוד דרומי.

א חטאת וואס מען האט נישט געגעסן דערפון, האט מען געשפריצט די בלוט אינעווייניג אין די היכל, די איבריגע בלוט האט מען אויסגעגאסן אויפן יסוד מערבי. די פר און שעיר פון יום כיפור האט מען געשפריצט די בלוט 8 מאל אויף די ארון צווישן די שטאנגן און 8 מאל אויף די פרוכת, שפעטער האט מען אויסגעמישט די בלוט פון ביידע און געשפריצט פון ביידע אויף די 4 ווינקלען פון די מזבח הזהב. פרים און שעירים וואס זענען פארברענט געווארן, האט מען געשפריצט זייער בלוט 7 מאל אויף די פרכת און 4 מאל אויף די מזבח הזהב.

א בכור, מעשר, און קרבן פסח שפריצט מען זייער בלוט דרוך דעם וואס מען גיסט אויס די בלוט אויפן וואנט פון מזבח קעגן די יסוד.

קרבנות 

חטאת: חטאת בהמה | חטאת העוף | פר העלם דבר של ציבור | שעיר יום כיפור | עולה ויורד

עולה: עולת בהמה | עולת העוף | קרבן תמיד

שלמים: שלמי ציבור | חגיגה | נדרים ונדבות | בכור בהמה | מעשר בהמה

אשם: אשם גזילות | אשם מעילות | אשם שפחה חרופה | אשם נזיר | אשם מצורע | אשם תלוי

מנחות: מנחת מחבת | מנחת מרחשת | מנחת קנאות | מנחת חינוך | מנחת העומר | מנחת נסכים

אנדערע: ביכורים | שתי הלחם | ניסוך המים | ניסוך היין | קרבן פסח | קטורת | תודה | איל נזיר

זעה אויך קורבן