שלמים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

שלמים איז א קרבן וואס מען בריינגט אלס א תרומה אדער אלס א נדר כדי צו לויבן אדער בעטן הילף פון גאט. וְכִי תִזְבְּחוּ זֶבַח שְׁלָמִים, לַיהוָה--לִרְצֹנְכֶם, תִּזְבָּחֻהוּ ויקרא י"ט


ס'הייסט שלמים ווייל דער קרבן מאכט שלום צווישן גאט מיט דער מענטש. אדער פון לשון "תשלום", די קרבן בריינגט מען כדי צו "צאלן" א תרומה אדער א נדר.

דעם קרבן מעג מען עסן אין דער טאג וואס מען האט איר מקריב געווען און אויף צומארגן'ס.בְּיוֹם זִבְחֲכֶם יֵאָכֵל, וּמִמָּחֳרָת שם

דער קרבן ווערט איינגעטיילט אויף דריי: די אמורים (פעטן) איז מען מקריב אויפן המזבח, די חזה והשוק (ברוסט און פוס) גיט מען די כהנים צו עסן מיט זייערע משפחות, און וואס בלייבט איבער פונעם פלייש עסן די בעלים.

קרבנות 

חטאת: חטאת בהמה | חטאת העוף | פר העלם דבר של ציבור | שעיר יום כיפור | עולה ויורד

עולה: עולת בהמה | עולת העוף | קרבן תמיד

שלמים: שלמי ציבור | חגיגה | נדרים ונדבות | בכור בהמה | מעשר בהמה

אשם: אשם גזילות | אשם מעילות | אשם שפחה חרופה | אשם נזיר | אשם מצורע | אשם תלוי

מנחות: מנחת מחבת | מנחת מרחשת | מנחת קנאות | מנחת חינוך | מנחת העומר | מנחת נסכים

אנדערע: ביכורים | שתי הלחם | ניסוך המים | ניסוך היין | קרבן פסח | קטורת | תודה | איל נזיר