לדלג לתוכן

שיסבעזעם

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון קווידיטש)

שיסבעזעם אדער שיס-בעזעם (אריגינעל גערופן קווידיטש; ענגליש: Quidditch) איז א פיקטיווער ספארט אין די "האַרי פּאָטער" ביכער פון דזשיי.קיי. ראלינג. דאס איז א גרופע שפיל וואס ווערט געשפילט דורך מכשפים און מכשפות אויף פֿליענדיקע בעזעמער. עס זענען דא זיבן שפילער אין יעדע גרופע: דריי יעגערס, צוויי קלאַפּערס, א היטער און א זוכער. דער שפיל האט א סך כללים. די יעגערס שיסן דער קוואפֿל (דער באל) קיין דער ציל פון די אנדערע גרופע צו ווינען פונקטן. דער היטער פרובירט פארמיידן אז דעם קוואפֿל וועט גיין דורכן ציל. די שפילער דורכדרייען זיך פון בלאַדזשערס, באלן מיט א כישוף וואס מאכט זיי שלאָגן שפילער. די שפילער וואס הייסן קלאַפּערס קלאַפּן די בלאַדזשערס אוועק מיט שטעקנס. דער שפיל פֿאַרענדיקט זיך ווען דער זוכער שפילער כאַפּט א באל מיט פליגלען וואס הייסט דאס גאלדענע פלאטערל (אריגינעל: סניטש). די גרופע פונעם זוכער וואס האט דעם גאלדענע פלאטערל געכאַפּט באקומט 150 פונקטן.

דער נאמען "שיסבעזעם" איז געשאפן געווארן דורך אהרן שעכטער-ווישוואנאט, דער איבערזעצער פון די ביכער אויף יידיש. אנשטאט ניצן נאר א טראנסקריפציע פון "קווידיטש" ווי אין רוב אנדערע איבערזעצונגען, האט ער באשטימט צו נעמען א טייל פון די באקאנטע יידישע שפריכווארט: "אז גאט וויל, שיסט אויך א בעזעם".