לדלג לתוכן

ציפי ליבני

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ציפּי ליבֿני)
ציפי ליבני
ציפי לבני
געבורט 8 יולי 1958 (אלט 66)
ב' תמוז ה'תשי"ט
תל אביב-יפו, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט בר אילן אוניווערסיטעט, איראני א הויכשולע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיי ליכוד, קדימה, די באוועגונג
פראקציע ליכוד, קדימה, די באוועגונג, ציונישער לאגער
מאן נפתלי שפיצר
www.tzipilivni.co.il
10טער פירער פון דער אפאזיציע
6 אפריל 20092 אפריל 2012
(3 יאָרן)
1 אויגוסט 20181 יאנואר 2019
(154 טעג)
16טער אויסערן מיניסטער
18 יאנואר 200631 מערץ 2009
(3 יאָרן)
אונטער פרעמיער מיניסטער אהוד אלמערט
19טער יוסטיץ מיניסטער
10 יאנואר 20054 מאי 2006
(1 יאָר)
אונטער פרעמיער מיניסטער אריאל שרון, אהוד אולמרט
29 נאוועמבער 20067 פעברואר 2007
(71 טעג)
אונטער פרעמיער מיניסטער אהוד אולמרט
18 מערץ 20134 דעצעמבער 2014
(1 יאָר)
אונטער פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו
16טער שרת העלייה והקליטה
28 פעברואר 20034 מאי 2006
(3 יאָרן)
אונטער פרעמיער מיניסטער אריאל שרון, אהוד אולמרט
כנסת דעפוטאט
7 יוני 19993 מאי 2012
(12 יאָרן)
5 פעברואר 201330 אפריל 2019
(6 יאָרן)
כנסות ה־1518, 1920
וויכטיגע אמטן
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
ציפּי ליבֿני

צפורה "ציפּי" מלכה ליבֿני (געב' דעם 8טן יולי 1958 ; ב' תמוז ה'תשי"ט) איז געווען די אויסלאנד מיניסטערין אין ישראל און א געוועזענע פארזיצערין פון קדימה פארטיי. פאר דעם איז זי געווען א כנסת דעפוטאטין פון דער ליכוד פארטיי.

ציפי לבני איז געבוירן געוואָרן אין תל אביב צו איתן לבני, אַן אפעראציע-אָפיציר פון אצ"ל און שפּעטער אַ ליכוד-חבר-כנסת, און צו שרה ליבני, וואָס איז געווען אַ קעמפער פון דער אצ"ל. אירע עלטערן האָבן עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל אין 1925.

זי האט אויפגעבויט א פארטיי פאר איר רעגירונג, וואו זי האט געוואלט זיין די פרעמיער מיניסטערין.

ביי די וואלן פון 2009, איז די קדימה פארטיי אריינגעקומען מיט די מערסטע שטימען, זייענדיק די גרעסטע פארטיי אין דעם כנסת, אבער זי האט נישט געקאנט צאמשטעלן קיין קאאליציע, אויפשצוטעלן א רעגירונג, האט דער פרעזידענט שמעון פערעס, ארויפגעלייגט אויף בנימין נתניהו, דאס פליכט פון אויפשטעלן די נייע רעגירונג.

זי איז געווען פארזיצערין פון דער קדימה פארטיי ביז ד' ניסן תשע"ב ווען קדימה האט געוויילט שאול מופז איר נייער פארזיצער.‏[1]

דורכאויס די וואלן פון 2015 צום כנסת, האט זי געשאפן א קאאליציע מיט יצחק הערצאג, גערופן די ציוניסטישע באוועגונג איינגלידערינג ציפי ליבני'ס באוועגונג אין די ליסטע פון ארבעטס-פארטיי. דער שפעטערדיקער פירער פון דער פארטיי נאך הערצאג, אבי גבאי, האט אויפגעלעזט אין 2019 די קאאליציע און פארשיקט ליבני מיט איר ליסטע פון דער פארטיי. ליבני האט פרובירט שאפן פאליטישע פארבינדונגען מיט בעני גאנץ זייענדיק אומערפאלגרייך, דעריבער האט זי אום 18טן פעברואר 2019 געמאלדן, אז זי וועט זיך נישט פארמעסטן אין די וואלן און רעזיגנירט פון פאליטיק.

זי איז געווען געהייראט צו נפתלי שפיצער; זיי האבן צוויי קינדער, עָמרי און יובל.

  1. לוי אשכנזי ביי לדעת.נעט