לדלג לתוכן

פוילע-שטאט

פֿון װיקיפּעדיע
מאַגנוס שעווינג אַלס ספּאָרטאַקוס, דער צווייטער הויפט כאַראַקטער

פֿוילע-שטאָט (איסלאנדיש: Latibær, ענגליש: LazyTown) איז אן איסלאנדיש-אמעריקאנישע טעלעוויזיע סעריע פאר קינדער. זי איז געשאפן געווארן דורך דער אַטלעט מאַגנוס שעווינג, ווער איז דער CEO פון "פֿוילע-שטאָט פארוויילונג" און האט אויך געשפילט אין דער סעריע. "פֿוילע-שטאָט" איז פֿילמירט געווארן אין ענגליש און איז איבערגעזצט געווארן אויף א סאך אנדערע שפראכן און טראַנסמיטירט געווארן אין מער ווי 100 לענדער.

ארום 52 עפיזאדן זענען פראדוצירט געווארן צווישן 2004 און 2007 פאר די סעריע'ס ערשטע צוויי סעזאנען. אין די פאראייניקטע שטאטן איז זי טראַנסמיטירט געווארן אויף "ניקעלאָדיאָן" און "ניק דזשוניאר". אין 2011 האט "PBS Kids Sprout" געקויפֿט די זענדונג רעכטן. אין דאס זעלבע יאר האט "Turner Broadcasting System Europe" געקויפֿט "פֿוילע-שטאָט פארוויילונג" און האט באַשטעלט די סעריע'ס דריטע סעזאן.

אויך האט די סעריע געהאט א ספּין-אָף סעריע מיטן נאמען "פֿוילע-שטאָט עקסטראַ" פאר יינגערע קינדער.

די סעריע נוצט לייוו-אקציע אקטיארן און ליאַלקעס אין א קאָלירטער שטאָט וואס הייסט פֿוילע-שטאָט. ווען די סעריע פאנגט אן, זענען די אייַנוואוינער פון דער שטאט זייער פֿויל, אבער סטעפֿאַני, דער בירגערמייסטער'ס ברודערנטאָכטער, קומט צו דאס טוישן. זי ווערט געהאָלפֿן דורך אן אַטלעטישער סופּערהעלד מיטן נאמען ספּאָרטאַקוס, וואס קנעלט די קינדער אין דער שטאט צו עסן געזונדע עסנווארג און מאַכן איבונגען יעדן טאג. אבער, זייער ווערק איז אָפֿט צושטערט דורך דעם מערסטן פוילער מענטש אין דער שטאט, ראָבי ראָטען, וואס פֿאַרבראַכט רוב זיין צייט פרובירן מאכן די קינדער פֿויל ווידערמאָל און אוועקצוטרייבן ספּאָרטאַקוס און סטעפֿאַני פון דער שטאט. געוויינטלעך נוצט ער פֿאַרקליידונגען צו מיסטיפֿיצירן די קינדער. ראָבי'ס פלענער אָפֿט ענדיגען זיך מיט א דורכפאל און אהן קיין ערפאלג. די סעריע'ס עפיזאדן אָפֿט האבן אן דערציערישלעך אדער וויכטיגע מעלדונגען פארן צוקוקער, און לידער אדער טאנץ נומערן דורכגעפֿירט דורך די כאראקטערן.

  • סטעפֿאַני - די הויפט כאראקטער, א מיידעלע מיט ראזעווע האר וואס האט ליב זינגען, טאַנצן און מאַכן ספארט. איר מערסט באליבטער קאליר איז ראזע, וואס זי נוצט אין איר האר, קליידער און אנדערע געצייג.
  • ספּאָרטאַקוס - א סופּערהעלד מיט א וואנצע ווער איז א טיכטיקער אַטלעט, און אָפֿט באוועגט זיך דורך מאַכן אַקראָבאַטישע איבערקער און באוועגונגען. ער וואוינט אין א לופֿטשיף און קען מען גערופֿן דורך בריוון. ער קנעלט די קינדער ווי אזוי צו ווערן געזונט. ענלעך מיט סטעפֿאַני איז ער א טיכטיקער זינגער און טאנצער.
  • ראָבי ראָטען - דער רשע פון דער סעריע. ראָבי איז א פֿוילער מאנצביל וואס וויל אז די קינדער אין פֿוילע-שטאָט זאלן בלייבן אין זייערע הייזער און ווערן פֿויל. ער געוויינטלעך נוצט פֿאַרקליידונגען צו מיסטיפֿיצירן די קינדער און מאכט זיי עסן שנעלע עסנווארג אדער זיין פֿויל, אבער זיינע פלענער אָפֿט דורכפאלן. ער וואוינט אין אן אונטערגרונט הויז און אָפּשפּירט אויף פֿוילע-שטאָט פון א פּעריסקאָפּ.
  • זיגי - א קינד וואס עסט א סאך זיסוואַרג און צוקערלעך. ער איז א חסידעלע פון ספּאָרטאַקוס און האט געמאכט זיין אייגן סופּערהעלד אידענטיטעט מיטן נאמען "ספּאָרטאַקענדי".
  • סטינדזשי - א גיריקער און פֿייערדיקער קינד וואס אָפֿט דעקלאַרירט אז אביעקטן זענען שייך צו אים, אויך ווען זיי זענען נישט. ער טרייבט אן אויטאָ און האט א חזירל-געלטקאַסע.
  • פּיקסעל - א טיכטיקער קינד וואס וואוינט אין א הויז געפילט מיט ראָבאָטישע געצייג. ער אָפֿט שפילט ווידעאָ שפילן און נוצט געצייג צו מאַכן פּשוטע פֿונקציעס אנשטאט מאַכן זיי זיך אליין.
  • טריקסי - א בייז מיידעלע וואס פארט אויף א סקוטער. זי שלאגט זיך אָפֿט מיט סטעפֿאַני.
  • בירגערמייסטער מילפֿאָרד מינזוועל - דער שטאט'ס בירגערמייסטער און סטעפֿאַני'ס אָנקל. ער איז נאריש און אָפֿט זארגט איבער זיין ברודערנטאָכטער און דער שטאט.