פוילע-שטאט

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מאַגנוס שעווינג אַלס ספּאָרטאַקוס, דער צווייטער הויפט כאַראַקטער

פֿוילע-שטאָט (איסלאנדיש: Latibær, ענגליש: LazyTown) איז אן איסלאנדיש-אמעריקאנישע טעלעוויזיע סעריע פאר קינדער. די סעריע איז געשאפן געווארן דורך דער אַטלעט מאַגנוס שעווינג, ווער איז דער CEO פון "פֿוילע-שטאָט פארוויילונג" און האט אויך געשפילט אין דער סעריע. די סעריע איז פֿילמירט געווארן אין ענגליש און איז איבערגעזצט געווארן צו א סאך אנדערע שפראכן און טראַנסמיטירט געווארן אין מער ווי 100 לענדער.

ארום 52 עפיזאדן זענען פראדוצירט געווארן צווישן 2004 און 2007 פאר די סעריע'ס ערשטע צוויי סעזאנען. אין די פאראייניקטע שטאטן איז די סעריע טראַנסמיטירט געווארן אויף "ניקעלאָדיאָן" און "ניק דזשוניאר". אין 2011 האט "PBS Kids Sprout" געקויפֿט די זענדונג רעכטן. אין די זעלבע יאר האט "Turner Broadcasting System Europe" געקויפֿט "פֿוילע-שטאָט פארוויילונג" און האט באַשטעלט די סעריע'ס דריטע סעזאן.

אויך האט די סעריע געהאט א ספּין-אָף סעריע מיטן נאמען "פֿוילע-שטאָט עקסטראַ" פאר יונגערע קינדער.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די סעריע נוצט לייוו-אקציע אקטיארן און ליאַלקעס אין א קאָלירטער שטאט מיטן נאמען פֿוילע-שטאָט. ווען די סעריע פאנגט אן, זענען די אייַנוווינער פון דער שטאט זייער פֿויל, אבער סטעפֿאַני, דער בירגערמייסטער'ס ברודערנטאָכטער, קומט צו דאס טוישן. זי ווערט געהאלפן דורך אן אַטלעטישער סופּערהעלד מיטן נאמען ספּאָרטאַקוס, וואס קנעלט די קינדער אין דער שטאט צו עסן געזונדע עסנווארג און צו מאַכן איבונגען יעדן טאג. אבער, זייער ווערק איז אפט צושטערט דורך דעם מערסטן פוילער מענטש אין דער שטאט, ראָבי ראָטען, וואס פֿאַרבראַכט רוב זיין צייט פרובירן צו מאכן די קינדער פֿויל ווידערמאָל און צו אוועקטריבן ספּאָרטאַקוס און סטעפֿאַני פון דער שטאט. געוויינטלעך נוצט ער פֿאַרקליידונגען צו מיסטיפֿיצירן די קינדער. ראָבי'ס פלענער אפט ענדיגען זיך מיט א דורכפאל און אהן קיין ערפאלג. די סעריע'ס עפיזאדן אפט האבן אן דערציערישלעך אדער וויכטיגע מעלדונגען פארן צוקוקער, און לידער אדער טאנץ נומערן דורכגעפֿירט דורך די כאראקטערן.

כאראקטערן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • סטעפֿאַני - די הויפט כאראקטער, א מיידעלע מיט ראזעווע האר וואס האט ליב זינגען, טאַנצן און מאַכן ספארט. איר מערסט באליבטער קאליר איז ראזע, וואס זי נוצט אין איר האר, קליידער און אנדערע געצייג.
  • ספּאָרטאַקוס - א סופּערהעלד מיט א וואנצע ווער איז א טיכטיקער אַטלעט, און אפט באוועגט זיך דורך מאַכן אַקראָבאַטישע איבערקער און באוועגונגען. ער וווינסט אין א לופֿטשיף און קען מען גערופֿן דורך בריוון. ער קנעלט די קינדער ווי אזוי צו ווערן געזונט. ענלעך מיט סטעפֿאַני איז ער א טיכטיקער זינגער און טאנצער.
  • ראָבי ראָטען - דער רשע פון דער סעריע. ראָבי איז א פֿוילער מאנצביל וואס ווונטשט אז די קינדער אין פֿוילע-שטאָט זאלן בלייבן אין זייערע הייזער און ווערן פֿויל. ער געוויינטלעך נוצט פֿאַרקליידונגען צו מיסטיפֿיצירן די קינדער און מאכט זיי עסן שנעלע עסנווארג אדער זיין פֿויל, אבער זיינע פלענער אפט דורכפאלן. ער וווינסט אין אן אונטערגרונט הויז און אָפּשפּירט אויף פֿוילע-שטאָט פון א פּעריסקאָפּ.
  • זיגי - א קינד וואס עסט א סאך זיסוואַרג און צוקערלעך. ער איז א חסידעלע פון ספּאָרטאַקוס און האט געמאכט זיין אייגן סופּערהעלד אידענטיטעט מיטן נאמען "ספּאָרטאַקענדי".
  • סטינדזשי - א גיריקער און פֿייערדיקער קינד וואס אפט דעקלאַרירט אז אביעקטן זענען שייך צו אים, אויך ווען זיי זענען נישט. ער טרייבט אן אויטאָ און האט א חזירל-געלטקאַסע.
  • פּיקסעל - א טיכטיקער קינד וואס וווינסט אין א הויז געפילט מיט ראָבאָטישע געצייג. ער אפט שפילט ווידעאָ שפילן און נוצט געצייג צו מאַכן פּשוטע פֿונקציעס אנשטאט מאַכן זיי זיך.
  • טריקסי - א בייז מיידעלע וואס פארט אויף א סקוטער. זי שלאגט זיך אפט מיט סטעפֿאַני.
  • בירגערמייסטער מילפֿאָרד מינזוועל - דער שטאט'ס בירגערמייסטער און סטעפֿאַני'ס אָנקל. ער איז נאריש און אפט זארגט איבער זיין ברודערנטאָכטער און דער שטאט.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]