פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 אפריל 25
מראה
- זשערוסאלעם פאוסט: שפאלט צווישן חרדים, דגל התורה די ליטווישע פארטיי גייט אריין אין קאאליציע אויסצופארעמען די ארץ ישראל רעגירונג אן די חסידים דורכן זיך אפטיילן פון אגודת ישראל פארטיי וואס האט זיי ביז איצט פאראייניגט אין איין פארטיי וואס האט געטראגן די פאן פון איין ציל; שבת און אידישקייט קאמף. (זשערוסאלם פאוסט)
- געווינס פאר כשרות?: משגיח פון השגחה קאמפאני אוי.יו. געווינט פסק פון ריכטער אז ער מעג יא רעדן און מעורר זיין אידן איבער פראבלעמען פון רעסטוראנט וואס ער איז געווארן אויפגעזאגט פון זיין זשאב צוליב קריטיק אויפן קאך דארטן, כאטשיג זיינע בעלי בתים די כשרות ארגענעזאציע האלט אז זיין קריטיק האט נישט מיט הלכה. (ניו יארק פאוסט)
- מזרחי טאג-צייטונג הצופה פארמאכט זיך וועט ווערן וועכענטליכער ביילאגע צום טאג-צייטונג מקור ראשון. (וויינעט)
- הוסטאן טעקסעס: אידישער קהילה צושוידערט, נאכדעם וואס משוגענער טענעט גייט אויף מאסן מארד און שיסט זיך מיט זיינע שכנים די אידישע איינוואונער ווייל די קינדער שטערן אים שלאפן. (פאליטיק בלאג)
- ניו יארק גאווערנאר שפיצער מעלדעט צו שאפן נייעם געזעץ צו ערלויבן אומארלישע הייראטן אין ניו יארק. ס'ערשטע אין אמעריקע. וועט אויפשטורעמען דאס אידענטהום. און שטעלן שעלדאן סילווער אין שרעקליכער פארלעגנהייט. (באסטאן גלאוב)
- שבע מצוות בני נוח ווידער געבראכן: מעקסיקא לעגאליזירט עמטליך אבארשען, דעפענירט קירכע. (עי.פי.)
- חסד של אמת: זק"א באקומט 30 נייע מאטארביציקלעך. - בילד. (ישיבה וועלט)
- ברוקלין: ישיבה ווערט קריטיקירט פארן עוועקוארין אלטע מענטשן פון זייער לאנג-יעריגע היימען פאר בחורים דארמיטארי. (ניו יארק פאוסט)
- אידישער פוליטסער פרייז שרייבער, דוד האלבערשטאם וואס האט געטוישט אמעריקעס מיינונג איבער מלחמות געשטארבן אין קאר עקסידענט. (ניו יארק סאן)