פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 דעצעמבער 15
מראה
- נטורי קרתא באטייליגונג אין איראן האלאויקאוסט לייקענען קאנפערענץ אפדעיטס:
- מאנסי: גרויסער ראלי ארויסווייזן סאלידיריטעט פאר האלאוקאוסט איבערלעבער און פראטעסט קעגן די נטורי קרתא [1]
- ר' ישראל דוד ווייס פארענטפערט זיך. [2]
- ציוניסטישער אשכנזישער הויפט רב, ר' יונה מצגר בעט וועלט רבנים מען זאל אריינלייגן די נטורי קרתא אין חרם. [3]
- סאטמאר צייטונג- דער איד, (זאלונים), רייסט שארף אראפ די גרופע אין זייער עדיטאריעל און אויך אין זייער הויפט נייעס אויפן פראנט פעידש [4] . זייער בית דין רופט אויך צו שטיין אוועק פון זיי און זיי פארדאמען און נישט שטיצען.[5]
- * הויפט שול אין קאנאדע פראווינץ לאזט נישט עולה לתורה זיין אנטי-ציוניסטישען פראפעסער, ר' יעקב ראבקין, (ער האט זיך נישט באטייליגט אין איראן). [6]
- ר' חיים שלום לעפקאוויטש (אויך פון די מאנסי נטורי קרתא, אבער האט זיך נישט באטייליגט אין איראן). ווערט געוויזן אין לייוו דעבאטע מיט ר' אמנון יצחק, אינמיטן מאנסי אויפטריט, וואס ער איז (בטעות?) מודה אז ר' יואל טייטלבוים איז נישט געווען אזוי עקסטרים אויסגעשפראכן ווי נטורי קרתא אין זיין מלחמה מיט ציונות, דאס הייסט אז אפילו ער האט טאקע נישט געזאגט אז דער קיבוץ גליות ווערט בטל ווערן נאר בלויז די אידישע רעגירונג, אבער לויט נטורי קרתא דארף דאס יא בטל ווערן אויך די קיבוץ גליות, אין די אידן מוזן ווידער פארטריבן ווערן פון ארץ ישראל ווייל זייער גאנצער עליה איז צושטאנד געקומען דורך אן עבירה פון שלא יעלו בחומה. - וואטשט סוף ווידיאו. [7]
- קרוין הייטס בילדער פון ווילדער קאר עקסידענט ווי קארן ענדיגען אויף דאך פון אנדערע. [8]
- פראומא ווידיאו פון ר' ליפא שמעלצער חנוכה קאנצערט. [9]
- אוניווערסיטעט אין ארץ ישראל פארלאנגט אין קאריקולים פון סטונדעטען צו שרייבן ארטיקלען פארן היברו וויקיפעדיע. [10]
- גוגל ערד לייגט צו וויקיפעדיע ארטיקלן אויף יעדע זוך רעזולטאט. [11]