לדלג לתוכן

פויזן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פּויזן)
דער ארטיקל דיסקוטירט די פוילישע שטאט. טאמער זוכט איר א געפערלעך כעמישע סובסטאנץ, זעט גיפט.
פויזן
Poznań
דער שטאט פלאץ אין פויזן
מדינה / טעריטאָריע פּוילן
קאָאָרדינאַטן 52°24′N 16°55′E / 52.400°N 16.917°E / 52.400; 16.917קאארדינאטן: 52°24′N 16°55′E / 52.400°N 16.917°E / 52.400; 16.917
וואיעוואדעשאפט גרויספוילן
שטח 261.85 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאט

566,546‏  (שטייענדיג 2006)
צײַט זאָנע UTC+1


פויזן (פויליש: Poznań; דײַטש: Posen) איז א שטאט אין מערב פוילן, און די הויפטשטאט פון דער גרויספוילישער וואיעוואדעשאפט. אין פארגאנגענהייט איז די שטאט געווען א שווער קריגעריי פונקט צווישן דייטשלאנד און פוילן, א קריגעריי וואס איז געווען איינע פון די אורזאכן צו דעם צווייטן וועלט קריג. די שטאט האט 556,022 איינוואוינער (2009 אפשאצונג).

די שטאט איז געגרינדט געווארן אין דעם 10טן יארהונדערט אלס א פעסטונג פון מיעשקא דער ערשטער, דער פירשט פון פוילן. אין דעם צווייטן העלפט פון דעם 10טן יארהונדערט איז געבויט געווארן אין דער שטאט דער קאטעדראל – דער עלטסער קאטעדראל אין פוילן. די שטאט האט זיך איבערגעקערט צו דער פוילישער הויפטשטאט אין 1025 מיט דער קרוינונג פון באלעסלאוס דער דרייסטער צו זיין דער פוילישער קעניג. אין דעם 13טן יארהונדערט האט זיך די שטאט אנטוויקלט, און זי האט זיך איבערגעקערט צו א וויכטיקער קולטורעל און געשעפטלעך צענטער.

יארן שפעטער, אין יאר 1793, אין אנהייב פון די פוילישע טיילונג דורך רוסלאנד, פרייסן, און עסטרייך, פרייסן האט באקומען די שטאט צו אירע הענט. נאך דעם אין די פוסטריט פון נאפאלעאן באנאפארטעס קריגערייען די שטאט האט זיך איבערגעקערט צו א טיילונג פון ווארשע גובערניע. אבער נאך דעם דורכפאל פון נאפאלעאן באנאפארטע, און די אייראפעישע גרעניצן דעפיניציע אין ווינער קאנגרעס, די שטאט איז אומגעקערט געווארן צו פרייסן און האט זיך איבערגעקערט צו זיין די הויפטשטאט פון די גרויסע פויזן גובערניע, און פון אנהייב 1848 יאר, א פרייסישע פויזן פראווינץ הויפטשטאט.

אין דער שלום קאנפערענץ וואס איז פארגעקומען אין פאריז אין 1919 נאך דעם ערשטן וועלט קריג איז באשטימט געווארן אז די שטאט וועט אריבערגעפירט ווערן צו די פוילישע הענט. אין יאר 1939 נאך וואס דייטשלאנד האט אויסגערופן א קריג אויף פוילן, די שטאט איז איינגענומען געווארן, און אנגעשלאסן געווארן צו דייטשלאנד. די פוילישע באפעלקערונג פארטריבן געווארן פון דער שטאט, און זייערע פארמעגענס רעקוויזירט געווארן דורך די דייטשן. נאך דעם נאצישער דייטשלאנד דורכפאל אין ענדע פון דעם צווייטן וועלט קריג די שטאט איז אומגעקערט געווארן צו פוילן, און די דייטשע באפעלקערונג איז פארטריבן געווארן אין מזרח דייטשלאנד.

אין יאר 1956 אז פארגעקומען אין שטאט פיל פראטעסטן אנטקעקן דער קאמוניסטישער הערשאפט אין דער מדינה. די פראטעסטן האבן געבראכט צו דעם רעזשים געלאסנקייט, אבער נישט צו זיין מפלה, און טייל פון זיי זיינען צעטריבן געווארן מיט קראפט. אין פארלויף פון די 1960ער און 1970ער יארן, די שטאט איינקווארטירט א סאך אינטערנאציאנאלע יארמארקן.

אין דער שטאט פויזן געפינען זיך מוזייען פון דעם 13טן און פון דעם 16טן יארהונדערט. אין דער שטאט א סאך שולעס פון דראמע, מוזיק, געשעפט, קערפער קולטור, און מייסטערווערק.

יידן האבן זיך באזעצט אין פויזן שוין אין דעם 13טן יארהונדערט, און האבן באקומען א פולע גלייכרעכטיקייטן. אין יאר 1600 די יידן זיינען געווען העלפט פון די שטאט איינוואוינערס. אין ענדע פון 16טן יארהונדערט איז אויפגעשטעלט געווארן א יידעשע דרוקעריי אין שטאט. אין 1793, נאך דער אנשליסונג פון פויזן צו פרייסן, איז בטל געווארן די אלע רעכטן וואס די יידן האבן געהאט, אבער אין 19טן יארהונדערט די יידן פון דער שטאט האבן באקומען גלייכרעכטיקייטן צוזאמען מיט די אנדערע פרוסישע יידן.

פון די פראמינענטע רבנים פון דער שטאט, איז באקאנט דער גאון ר' נפתלי כ"ץ זצ"ל ארויסגעבער פון דעם ספר 'סמיכת חכמים', ער איז געווען אין די מיטעלע 1600 יארן, און שפעטער אין די פריע 1800 יארן, דער גאון ר' עקיבא איגר זצ"ל.

דער סמיכת חכמים ליגט באערדיקט אין סטאמבול, טערקיי, צוליב וואס אין די ענדע פון זיין לעבן האט ער געוואלט עולה זיין אויף ארץ ישראל אבער איז געשטארבן אויפן וועג אין טערקיי.

אין יאר 1939, ערב פון דעם צווייטן וועלט קריג, האבן געוואוינט אין דער שטאט ארום 2,000 יידן. מערהייט פון זיי פארניכט געווארן אין חורבן אייראפע.