עקיבא וויינגארטען
![]() | |
עקיבא וויינגארטן | |
געבורט |
23 דעצעמבער 1984 (אלט 38) ל' כסלו ה'תשמ"ה מאנסי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע ![]() |
---|---|
טעטיקייט ארט | דייטשלאנד |
באלאנג | אפגעפארענער, חסידים |
אמטן | רב פון מגוון געמיינדע באזעל, און ישיבת בעש"ט דרעזדן |
זיינע רביס | הרב מרדכי גראס, רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים |
rabbiweingarten | |
![]() ![]() |
עקיבא וויינגארטן (געבוירן ל' כסלו ה'תשמ"ה) איז געווען דער רב פון דרעזדן אין דייטשלאנד און איז היינט דער ראביי פון דער "מגוון" רעפארמער געמיינדע אין באזעל, שווייץ. ער האט געגרינדעט די ישיבת בעש"ט דרעזדן, א ישיבה פאר יונגע בחורים און מיידלעך וועלכע זיינען אפגעפארן פון דעם ארטאדרקסישן שטייגער.
ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
וויינגארטן איז געבוירן געווארן ל' כסלו תשמ"ד אין מאנסי, ניו יארק, צו זיין פאטער הרב יוסף וויינגארטן, דיין אין בית דין עזר המשפט אין מאנסי, און צו זיין מוטער מרת שרה גיטל, טאכטער פון הרב משה גאביוף, אב"ד בית דין אבן המשפט אין מאנסי. ער האט געלערנט אין סאטמאר חדר אין לייקוואד, ניו דזשערסי, אין ישיבת חיי תורה אין מאנסי וואו ער האט באקומען היתר הוראה ביי 17 יאר אלט [פֿעלט אַ מקור], און שפעטער האט ער געלערנט אין דער מירער ישיבה אין ירושלים.
עסקנות / רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
הרב וויינגארטן האט געגרינדעט די "היכל בעש"ט" שול אין בני ברק וואו ער האט אבער נישט מסכים געווען צו זיין אפיציעל רב, ער האט דעמאלסט געארבעט אלס ר"מ אין ישיבת שער התלמוד אין בני ברק [פֿעלט אַ מקור] און אלס משגיח אין ישיבת תפארת שמואל אין ראשון לציון [פֿעלט אַ מקור]. ער איז געווען א באקאנטער עסקן אין בני ברק, ער האט אויך געשריבען פיהל ארטיקלען בענייני השעה אין פארשידינע אינטערנער צייטונגען. ער איז געווען מקורב צו אסאך אדמו"רים און רבנים, צווישן זיי האדמו"ר פון ראחמיסטריווקא, וויזשניצער רבי אין בני ברק, הרב מרדכי גראס, דער ביאלער רבי אין בני ברק, סאטמאר רבי (רבי זלמן לייב), זלאטשאווער רבי אין מאנסי, סקולענער רבי, ספינקא רבי און נאך.
אין דייטשלאנד[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
אין תשע"ד האט ער פארלאזט ארץ ישראל און איז געפארן קיין בערלין, בשעת ער האט שטודירט יודנטום אין דעם פאטסדאם אוניווערסיטעט האט ער געגרינדעט די קהילה "היכל בעש"ט בערלין". אין תשע"ט איז ער גערופן געווארן צו זיין רב פון דרעזדן און פון דער "מגוון" רעפארמער געמיינדע אין באזעל.