עדגאר רייס באראז
געבורט |
1 סעפטעמבער 1875 שיקאגא, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
19 מערץ 1950 (אלט 74) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
אונטערשריפט | |
edgarriceburroughs | |
עדגאַר רײַס באַראָז (ענגליש: Edgar Rice Burroughs; 1טן סעפטעמבער 1875 - 19טן מערץ 1950) איז געווען אן אמעריקאנער מיליטערישער קארעספאנדענט און שרייבער וואס איז בפרט באקאנט געווען אלס דער שרייבער פון די ביכער סעריעס "טאַרזאַן", "באַרסום" און נאך.
לעבן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עדגאר רייס באראז איז געבוירן געווארן אין 1875 אין א רייכער משפחה אין שיקאגא. ער האט געלערנט ביי א מיליטערישער אקאדעמיע, און דערנאך האט ער זיך געוואנדן צו פארשידענע ארבעטן, איינשליסלעך אלס א שאכטיאר און א קובוי. ער איז געווארן א שרייבער אין 1912 און האט געשריבן פיקטיווע וויסנשאפט ביכער, אבער וועט אפ שטענדיק ווערן באמערקט אלס דער שאפער פון טאַרזאַן. אין דער צווייטער וועלט-מלחמה האט ער געדינט אלס א מיליטערישער קארעספאנדענט.
נאך דער מלחמה האט באראז זיך איבערגעקליבן צוריק קיין ענסינא, לאס אנדזשעלעס, וואו ער איז געשטארבן פון א הארץ אטאקע דעם 19טן מערץ 1950 נאך א סך געזונטהייט פראבלעמען. ער איז נקבר געווארן אין טאַרזאַנע, קאליפארניע.
ביי זיין טויט איז ער געטראכט געווען אלס דער שרייבער מיט די העכסטע הכנסות פון פילמען, ווייל ער האט באקומען העכער $2 מיליאן פון 27 פילמען באזירט אויף "טאַרזאַן".
שאפונגען אין פילמען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פילם אדאפטאציעס פון די "טאַרזאַן" ביכער ווערן פראדוצירט זינט 1918. איבער די יארן איז טאַרזאַן געשפילט געווארן דורך א סך אקטיארן, און דער מערסט בארימטער איז דזשאני ווייסמילער וואס האט ערשט געשפילט אים אין 1932. א געגנט אין לאס אנדזשעלעס איז געהייסן טאַרזאַנע נאך דער סעריע.
אין 2012 איז דער פילם "דזשאָן קאַרטער" באפרייט געווען, באזירט אויף די ביכער פון באראז וועגן מאדים.