עדגאר רייס באראז

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
E-R-Burroughs.jpg

עדגאַר רײַס באַראָז (ענגליש: Edgar Rice Burroughs; ‏1טן סעפטעמבער 1875 - 19טן מערץ 1950) איז געווען אן אמעריקאנער מיליטערישער קארעספאנדענט און שרייבער וואס איז בפרט באקאנט געווען אלס דער שרייבער פון די בוך סעריעס "טאַרזאַן", "באַרסום" און נאך.

לעבן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

עדגאר רייס באראז איז געבוירן געווארן אין 1875 אין א רייכער משפחה אין שיקאגא. ער האט געלערנט ביי א מיליטערישער אקאדעמיע, אוןד ערנאך האט ער זיך געוואנדן צו פארשידענע ארבעטן, איינשליסלעך אלס א שאכטיאר און א קובוי. ער איז געווארן א שרייבער אין 1912, און האט געשריבן פיקטיווע וויסנשאפט ביכער, אבער וועט אפ שטענדיק ווערן באמערקט אלס דער שאפער פון טאַרזאַן. אין דער צווייטער וועלט-מלחמה האט ער געדינט אלס א מיליטערישער קארעספאנדענט.

נאך דער מלחמה האט באראז איבערגעקליבן זיך צוריק צו ענסינא, לאס אנדזשעלעס, וואו ער איז געשטארבן פון א הארץ אטאקע דעם 19טן מערץ 1950 נאך א סאך געזונטהייט פראבלעמען. ער איז נקבר געווארן אין טאַרזאַנע, קאליפארניע.

ביי זיין טויט איז ער געטראכט געווארן אלס דער שרייבער מיט די העסטע הכנסות פון פילמען, ווייל ער האט באקומען מער ווי $2 מיליאן פון 27 פילמען באזירט אויף "טאַרזאַן".

שאפונגען אין פילמען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די "טאַרזאַן" ביכער זענען אדאפטירט געווארן אלס פילמען זינט 1918. איבער די יארן איז טאַרזאַן געשפילט געווארן דורך א סאך אקטיארן, און דער מערסט בארימטער איז דזשאני ווייסמילער וואס האט ערשטנס געשפילט אים אין 1932. א געגנט אין לאס אנדזשעלעס איז געהייסן טאַרזאַנע נאך דער סעריע.

אין 2012 איז דער פילם "דזשאָן קאַרטער" באפרייט געווען, באזירט אויף באראז'נס ביכער וועגן מאדים.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: עדגאר רייס באראז