סטיווען מנוטשין

פֿון װיקיפּעדיע
סטיווען מנוטשין
Steven Mnuchin
געבורט 21 דעצעמבער 1962 (אלט 61)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט בעל ער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט שאצקאמער סעקרעטאר פון די פאראייניגטע שטאטן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
סטיווען מנוטשין

'סטיווען טערנער מנוטשין (ענגליש: Steven Terner Mnuchin; געבוירן דעם 21סטן דעצעמבער, 1962) איז געווען א שותף און געארבעט פאר די אינוועסמענט באנק גאלדמאן סאקס פאר 17 יאר. אום 30סטן פון נאוועמבער 2016, האט פרעזידענט דאנאלד טראמפ געמאלדן אז ער וויל נאמינירן מנוטשין אלץ שאצקאמער סעקרעטאר אין זיין קאבינעט.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סטיווען מנוטשין איז געבוירן געווארן אום 21סטן דעצעמבער, 1962, אין ניו יארק סיטי, דער צווייט-יונגסטער זון צו אַ אידישער משפּחה. ער איז דער זון פון עליין טערנער קופּער, פון ניו יארק, און ראבערט מנוטשין, פון וואשינגטאן, קאנעטיקוט. ראבערט מנוטשין איז געווען אַ שותף בייַ גאָלדמאַן סאַקס און אַ מיטגליד אין דעם פאַרוואַלטונג קאַמיטעט. ער איז אויך דער גרינדער פון אַ קונסט גאַלעריע, מנוטשין גאַלעריע, אין מאנהעטען.