לדלג לתוכן

נשר

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון נשר (שטאט))
נֶשֶר
נשר פון דער לופט
מדינה / טעריטאָריע ישראל
גרינדונג דאַטע 1925
קאָאָרדינאַטן 32°46′N 35°03′E / 32.767°N 35.050°E / 32.767; 35.050
בירגערמייסטער רועי לוי
שטח 12.09 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

23,800‏  (שטייענדיג 2010)
190 באוואוינער א ק"מ2

נֶשֶר איז א שטאט אין צפון ישראל, און געהערט אן צום חיפה דיסטריקט. נשר געפונט זיך 6 קילאמעטער דרום פון חיפה, אויפן הויפט שאסיי וואס פירט קיין יקנעם און נצרת. געגרינדעט אין יאר 1924 דורך ארבעטער פון דער נשר צעמענט פאבריק, זיך איינצושפארן דאס פארן טעגליך פון און צו דער ארבעט, ווי אויך דאס אריבערפארן עטליכע אראבישע פיינטליכע דערפער אויפן וועג.

אין די יארן צווישן זיין גרינדונג ביז דער מלחמת השחרור, האבן די איינוווינער אסאך געליטן פון איבערפעלער פון אראבער, אין די תרפ"ט ראיאטן, און שפעטער אין די תרצ"ו - תרצ"ט אויפשטאנד איז דאס דארף עטליכע מאל געווארן איבערגעפאלן, און האבן אריינגערעכנט מענטשן וואס זענען אומגעקומען.

ביי דער זעלבשטענדיקייט קריג פון ישראל, האט צה"ל באוויזן איינצונעמען די אראבישע דערפער פון ארום, און זיי זענען באזעצט געווארן דורך ניי־געקומענע, שפעטער זענען די דערפער געווארן א טייל פון א נייער גרויסער שטאט נשר.

לויטן צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק, האט די שטאט נשר א באפעלקערונג פון 23,800 איינוווינער, ריכטיג צו 2010. דער בירגערמייסטער איז דוד אמאר. און א כמעט א דריטל פון שטאט באשטייט פון עולים פון די ראטן פארבאנד לענדער.