משה שפירא

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
משה שפירא
הרב משה שפירא
הרב משה שפירא
געבורט כ"ה אייר ה'תרצ"ה
פתח תקוה
פטירה י' טבת ה'תשע"ז
ירושלים
קבורה ארט הר הזיתים
טעטיקייט ירושלים, ישראל
געהערט צו חרדים, ליטווישע
באשעפטיגונג מחשבת ישראל, החזרה בתשובה

הרב משה שפירא (כ"ה אייר ה'תרצ"ה, 28סטן מיי 1935 - י' טבת ה'תשע"ז, 7טן יאנואר 2017) איז געווען א חרדישער ליטווישער דענקער. זיין הויפט געביט איז געווען יידישע מחשבה. הרב שפירא איז געווען א  ראש כולל, נשיא פון דער ישיבה פתחי עולם פאר בעלי תשובות און ער האט אויך געזאגט שיעורים אין אנדערע מוסדות.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן געווארן אין פתח תקווה צו רב יצחק מאיר און זיין ווייב רחל. זיין פאטער איז געווען א נעפע פונעם אלטער פון קעלם, און א תלמיד פון רבי נתן צבי פינקל, דער אלטער פון סלאבאדקע; ער איז געווען משגיח אין דער ישיבה נחלת דוד. רבי משה האט געלערנט אין חדר אין פתח תקווה. ווען ער איז געווארן אלט 11 יאר האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער ישיבה קטנה פון  אור ישראל, וואו ער האט געלערנט ביי הרב יוסף ראזאווסקי. דערנאך האט ער געלערנט אין דער פאנאוועזשער ישיבה, וואו ער האט געהאט א חברותא מיטן משגיח הרב אליהו דעסלער. דער חזון איש האט אים גע׳עצה׳ט אין תשי"ג צו גיין לערנען אין דער חברונער ישיבה. אין יענער תקופה האט ער געהאלטן א קשר מיטן בריסקער רב, הרב יצחק זאב סאלאווייטשיק. אין תשי"ח איז ער אריבער לערנען ביי רבי יחיאל מיכל פיינשטיין‏[1] און הרב יצחק הוטנער.

ער האט געהייראט צפורה, טאכטער פון הרב אהרן ביאלאסטאצקי, ראש כולל פון אוהל תורה. זי האט א דאקטאראט אי פילאסאפיע פונעם העברעאישן אוניברסיטעט און איז א לעקטאר אין מדרשת נתיב בינה. זיי האבן געוואוינט אין בית וגן, ירושלים. זיי האבן פינעף קינדער.

ער איז נפטר געווארן מוצאי שבת, די נאכט פון עשרה בטבת תשע״ז (7טן יאנואר 2017) פון ראק־קרענק, און מען האט אים באערדיקט צומארגנס אין הר הזיתים.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. ימי שנותי, הרב אברהם אפרים רוזינג, חלק א', עמ' 24.