משה גאלדמאן (קאמפאזיטאר)
געבורט |
1952 ירושלים | |
---|---|---|
טויט |
8 מערץ 2010 (אלט 58 בערך) ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
מדינה | ישראל | |
פאך | קאמפאזיטאר | |
משה צבי גאָלדמאַן ( תשי״ב, 1952 - כ״ב אדר ה'תש"ע, 8טן מאַרץ 2010 ), איז געווען א פאפולערער חסידישער קאָמפּאָזיטאָר און מוזיק־פראָדוצירער. ער איז געווען א באבאווער חסיד און דער בעל מנגן פונעם הויף.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן געווארן אין קאטאמאן, ירושלים, צו רבי בנימין גאלדמאן, משגיח אין די באבאווער ישיבות אין דער באבאווער קריה אין בת ים און אין בארא פארק.[1] גאָלדמאַן האָט אָנגעהויבן קאָמפּאָנירן ניגונים שוין אַלס קינד, און ביז זײַנע לעצטע טעג האָט ער געשאַפֿן בערך 380 ניגונים. איבער 300 פֿון זײַנע ניגונים זענען שוין פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן. ער האט געשאפן צענדליגער מוזיק אלבאמען. זיין לעצטע אלבאם סעריע איז געווען א סעריע פון קעמפ שלווה רעקארדס, מיט 21 רעקארדס.
באַוואוסטע מעלאָדיעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]צווישן זיינע פּראָמינענטע ניגונים: אהבת עולם תביא להם, הגלה נא, פנה לעלבון, שמחתי, שלום שלום, ברוך א-ל עליון און כנשר.מוסטער:טורים
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דער באוואוסטער חסידישער קאמפאזיטאר ר' משה צבי גאלדמן זצ"ל, ביי חסידי ניוז, 09/03/2010
- רשימת הפרסומים של משה גולדמן, אינעם קאטאלאג פון דער נאצאינאלער ביבליאטעק
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ בנימין קלוגער, גאולה ושכונותיה, תשע"ט (עמוד 82)