לדלג לתוכן

ארטסקראל

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מסורה (פובלישונג))
זייער לאגא

אַרטסקראל אדער מסורה (פון ענגליש art אַרט = קונסט , און scroll סקראָל = א מגילה) איז א פרומע אידישע פובליקירן קאמפאני װאָס געפֿינט זיך אין ברוקלין און וואס איר ציל איז פארטייטשן די תורה אויף דער שפראך וואס רוב אידן רעדן היינט, סיי ענגליש און סיי אנדערע שפראכן.

זיי גיבן אויך ארויס ספרים פון א ליטווישער פרעספעקטיוו.

די קאמפאני איז געגרינדט געווארן דורך ר' מאיר זלאטאוויטש, און ווערט אנגעפירט מיט זיין שותף ר' נתן שערמאן - א ר' אהרן קאטלערס א תלמיד פון בית המדרש גבוה אין לעקוואד. ביידע ליטווישע אידן.

רוב פון די רעדאקטארן זייערע זענען אבער חסידישע אינגעלייט וואס טוען דאס פאר פרנסה.

לויב קריטיק אויף זייער ארבעט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זייער ארבעט איז היסטאריש מיט דעם וואס עס טוישט דאס גאנצע מציאות פון תורה און אידישקייט זינט מעמד הר סיני. דאס ערשטע מאל וואס אזא מולטי-מיליאן דאלערדיגער פראיעקט צו טוישן די תורה איז אויפן וועג מיט דער הסכמה און גוטהייסונג פון רוב ערליכע תורה אויטאריטעטן. די איידיע פון אנפאנג איז נישט זייערס מענדלסאן און ר' עדין שטיינזאלץ און נאך צענדליגע און הונדערטער אידן האבן דאס שוין פרובירט אין עבר אבער עס איז אייביג דורכגעפאלן ווייל זיי האבן נישט געקענט פאליטיש מאנובערן אז די רבנים זאלן דאס נישט פארשרייען. עדין שטיינזאלץ איז א ליבאוויטשער און הרב שך האט אים גוט באגראבן. די ארטסקרול חברה זענען אבער זייער רעפענירט און פאליטיש געשטימט נאנט צו די גרעסטע ליטווישע גדולים אז קיינער קען זיי נישט באשמוצן און אנהייבן א לעגעטימער מערכה קעגן זיי - ממילא גייען זיי דערווייל אן מיט זייער מיסיע איבערצוטייטשן די תורה פון לשון קודש צו ענגליש אויף א מאסן-שטאבליכער אופן וואס שטעלט מיט זיך פאר א עתיד וואס ענגליש וועט ווערן, לויט טייל קריטיקירער, א לשון הקודש.

זיי ענטפערן אבער אז די קריטיק איז נישט אויסגעהאלטן ווייל זייער פראיעקט איז נישט חלילה צו טוישן די מהות פון תורה נאר צו ראטעווען רוב אידן פון היינטיגן דור פון עמי הארצות און ביטול תורה דורך דאס גרינג מאכן פאר זיי אויך צו פארשטיין און לערנען. און זיי זען איין די סענסעטיווקייט פון אזא פריעקט דעריבער מוז יעדע שטיקל ווארט און ארבעט ווערן רעדאקטירט פון אנגענומענע רבנים גדולי הדור, ווי למשל יעדע מסכתא ווערט דורכגעארבעט דורך א דיין אדער רב פון א קהילה אין בארא פארק אדער לייקוואד וואס איז אנגענומען אויף יעדן איינעם פון די פרומסטע קרייזן צו דינען אלס רעדאקטער פון אנדערע תלמידי חכמים וואס שרייבן דאס אויף די שפראך.

הרב יוסף זלמן בלאך שי' רב לייקוואד מנין אין מאנסי איז זייער שארף ארויס אקעגין די ארטסקרול ספרים ווייל איינער פון די הויפט עדיטרס הרב יחזקאל דאנציגער גלייבט נישט אז די ספר הזוהר איז א חלק פון די תורה און חז"ל דערפאר האלט ער אז דאס האט א דין ווי אספר שכתב מין און מטאר דאס נישט האלטען און שטוב אדער און בית המדרש

דער זכות פון דער רייכער שאטנשטיין פאמיליע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז פארהאנען דער ש"ס שאטנשטיין, וואס איז גוט מפרש די גמרא אויף ענגליש.


ר' דזשעראם שאטנשטיין ז"ל איז געווען א מאדערן ארטאדאקסישער איד תלמיד פון וויי.יו. ער איז געווארן זייער רייך, און לזכותו איז ער דעם לעצטן מינוט פון זיין לעבן באפוילן זיינע קינדער זיי זאלן שטיצן דעם ארט סקראל פראיעקט פון איבערטייטשן כל התורה כולה.

זיינע קינדער זענען היינט פארעכענט פון די וועלט'ס גרעסטע ביליאנערן. זיי האבן ריזיגע קליידונג געשעפטן אין די גאנצע וועלט, און זיי זענען די בעלי בתים פון אמעריקן איגעל, און זענען געליסטעט אויף דער אמעריקאנער בערזע אין וואל סטריט. דער יורש, דזשעי שאטענשטיין איז א מאדערן ארטאדאקיסשער איד, וועלכער דאווענט יעדן טאג, און האט שיעורים.

די גאנצע שאטנשטיין פאמיליע זענען שומרי שבת און האלטן כשרות און אידישקייט.

א גרויס חלק פון די ארטסקראל פראיעקט אויף ש"ס דאס איז פאר זיי אפאר נישטיגע מיליאן פון זייערע ביליאנען אז דער גמרא וואס אלע נוצן זאל ווערן אנגערופן על שמו ועל זכרו פון זייער פאטער. ד.ה. ביז ארט סקראל האט א גמרא דרוק וואס רוב בנין ומנין פון כלל ישראל האט זיך באנוצט געווען אנגערופן אויף ש"ס ווילנא אדער אנדערע נעמען פון היינט מאל אן איז דאס ש"ס שוטענשטיין.

צוליב דעם שאטנשטיין ש״ס, זענען צוגעקומען הונדערטער טויזענטער מער לומדי דף היומי אין גמרא בכלל.

גרינג מאכן צו פארשטיין דערמיט אוועק נעמען די באגריף פון עמלות בתורה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין אלגעמיין צווישן די תלמידי חכמים און רוב פרומע איז דאס אראפגעקוקט דערווייל זייערס א ש"ס אין שטוב, וואס בלויז די בעלי בתים און די עמך גרויסן זיך דערמיט ווייל אן דעם וואלטן זיי דאך נישט געלערנט גארנישט.

מאכן תורה בלשונות העמים קעגן אידיש שפראך

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די חסידים ענען זייער אויסגעשלאסן קעגן זייער ארבייט.

איינס צוליב דעם וואס עס איז דא א חרם פון חתם סופר צו שרייבן אדער רעדן אין פובליק תורה אויף א גוישער שפראך.[פֿעלט אַ מקור] אבער זייער תירוץ איז אז די ליטווישע קענען נישט קיין אידיש, און די גאנצע אידיש שטאמט דאך פון דייטש וואס איז פיל ערגער ווי די אמעריקאנער שפראך, און דער חתם סופר'ס פסק איז בלויז געווען אויף יענע צייטן קעגן די ווינטן פון דער השכלה וואס האט דאן געבוזשעוועט, אבער היינט צוטאגס איז נישטא די פראבלעם פון השכלה לויט די ליטווישע וועלט און בלויז פאר זיי ווייל זיי קענען דאך די שפראך סייוויסיי און די ענגליש תורה איז בלויז צו ראטעווען. אבער די חסידים ענטפערן אז די פראבלעם פון השכלה באוועגונג האט זיך אויך אנגעהויבן מיט איבערטייטשן קודם די תורה אויף דער גוי'אישער שפראך. די תירוץ איז פון די ליטווישע איז אז דאן האבן די אידן נישט גערעדט די גויאישע שפראך איז דאס געווען פארעכענט ווי אן עבירה און איסור חמר לכל דבר מה שאין כן היינט איז ענגליש אדער עברית די אידישע שפראך וואס רוב אידן שומרי תורה ומצוות רעדן אויפן טעגליכן באנוץ, איז דאך ענגליש מיט עברית נתקדש געווארן צו הייסן די אידישע שפראך וואס דער חתם סופר האט נישט דאס געמיינט חלילה.

תלמידי וחסידי סאטמאר זענען קעגן זיי צוליב איבערטייטשן גמרא אויף עברית

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער סאטמארער רב האט געזאגט: "ענדערש זאל מען זיך ביקן צו א צלם הונדערט מאל ווי איידער זיך לערנען איין ווארט עברית", און ער האט מוסיף געווען אז ער זאגט עס אלס פסק הלכה. דעריבער האלטן סאטמארער חסידים אז אין אזא גמרא קען מען נישט נישט לערנען.