מיין טאטנ'ס בית דין שטוב

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

מיין טאטנ'ס בית-דין שטוב איז א בארימטער יידיש בוך געשריבן דורכן בארימטן שרייבער יצחק באשעוויס זינגער אלס אויטאביאגראפיע.

דאס ביכל באשטייט פון אמת'ע געשיכטעס, זכרונות פון זיין יוגנט אין לעאנטשין וואו זיין טאטע איז צום ערשט געווען רב, בילגאריי וואו זיין מאמע'ס טאטע איז געווען רב, ראדזימין וואו זיין טאטע איז א קורצע צייט געווען שרייבער און ר"י ביים ארטיגן רבין און דערנאך אין ווארשע וואו זיין טאטע איז געווען א ווינקל מורה-הוראה אויף דער קראכמאלנע גאס.

ביבליאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דאס בוך איז צום ערשט געלאפן אין א סעריע אינעם פארווערטס אונטער זיין זשורנאליסטישן פסעוודאנים יצחק ווארשאווסקי.

  • עס איז צוערשט געדרוקט געווארן אין פארעם פון א בוך אין יאר ה'תשי"ז אין ניו יארק דורכן פארלאג דער קוואל, וועלכע איז דאן באנייעט געווארן אונטערן פירערשאפט פון ישראל לאנדאן.

דאס ביכל אנטהאלט זעכציג קורצע עפיזאדן פון זיין לעבן און ארום, אין א סך הכל פון דריי הונדערט זעכציג זייטן.

  • עס איז איבערגעזעצט געווארן אויף העברעאיש אונטערן נאמען בית הדין של אבא אין יאר ה'תש"ם און ה'תשע"א דורך באזונדערע איבערזעצער.