פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מיי 8
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון מוסטער:Portal:Current events/2007 מײַ 8)
- וויליאמסבורג: חרדישע פארפאלק פאראורטיילט צו קאמיניטי סערוויס און געלט שטראף פארן ארויסשווינדלען יו.עס.עי. געזונטהייט רעגירונגס פראגראם פאר ארימע, מעדיקעיד, דורך ערקלערן פאלטשער סומע פון זייער איינקומפט אז זייער פרנסה געהאלט איז קלענער ווי דער אמת נאכדעם וואס איז אויפגעוויזן אין געריכט אז זיי פירן גאר א פארמעגליכע לוקסוסדיגע לעבנסשטייגער מיט א צווייטער זומער הויז אין קאנטרי אויכט. (ברוקלין איגל)
- עטליכע סיסאפס פון די ענגלישער וויקיפעדיע זענען געווארן אויס מנהלים, נאכדעם וואס זיי האבן זיך באנוצט מיט גאר שוואכע און פרעדיקטיבל פעסווארדס. און דורכדעם גורם געוואן וואנדאליזם אויפן הויפט בלאט וואס איז אויסגעמעקט געווארן צענדליגער מאל דורך אן אפענער פראקסי העקער וואס וואס האט אויך גענוצט די פעסווארדס פון די נישט אחריותדיגע סיסאפן צו בלאקירן אסאך באנוצער. (סינג פאוסט)
- פרייער אידישער חבר הכנסת יוסי ביילין פון מר"ץ פארטיי שלאגט פאר געזעץ וואס זאל ענדיגן ארץ ישראלס נאציאנאלער דרעפט פליכט פון מיליטער דינסט. דאס וועט געבן א מאסיווער אטאמאטישער פטור צו באפרייען אלע חרדישע ישיבה בחורים און כולל אינגעלייט, נישט צו דארפן זיצן אין כולל אדער ישיבה צו לערנען תורה אויב זיי דינען נישט אין צה"ל, אזוי ארום וועלן זיי ענדליך קענען אהיים ברענגן געהעריג פרנסה צו זייערע משפחות. (הארץ)
- ארכעאלאגיע: געטראפן קבר פון קעניג הורדוס פון בעפאר חורבן בית שני. (הארץ)
- מאטארביציקל דרייווער ליגט אפ טויט פון עקסידענט אויפן ראוד אין ארץ ישראל, צענדליגער מאטאריסטן פארן אדורך און קרויזן אים אויס ווי גארנישט וואלט געווען. - ווידיאו (וויינעט)
- כינע אין א נייעם עפאכע: רייכערע איינוואונער האבן מער ווי די געזעצליכע צאל 1 אדער 2 קינדער. (רויטערס)
- פראנקרייך: 600 אינגע לינקע אנארכיסטען אונטער ארעסט נאך ראיאטען וואס האט איבערגעלאזט 700 קארן געשעדיגט. צו פראטעסטירן די נצחון פונעם נייעם רעכטן קאנסערוועטיווער סארקוזי צו פרעזידענטשאפט. (עי.פי.)
- אידישער ביליאנער עדגער בראפמאן רעזיגנירט פון פרעזידענטשאפט פונעם וועלט אידישע קאנגרעס. (זשעי. פאוסט)
- דאלער זינקט צו א 7 יאריגער נידעריגקייט אנטקעגן דעם ארץ ישראל שקל. (פאקס ניוז)
- עם. טי. ווי. געשעפט אין טיימס סקוועיר באנוצט זיך מיט חסידים דאמיס אין זייער שוי פענסטער. (מיי בלופרינט)
- רעפאבליקאנער פריימעריס: רעקארדס צייגן אז אין קעגנווארט פון רודי זשוליאניס ערקלערונג ביים דעבאטע אז ער פערזענליך האסט אבארשען האט ער גאר ביישטייערט געלט פאר וואולטעטיגע ארגענעזאציע וואס געבט זיך אפ דורכפירן בחינם אבארשעןס פאר אינגע מיידלעך. (ניו יארק פאוסט)