מאגישער טעפעך

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
"רייַטנדיק אויף א פֿליענדיקער טעפּעך", א וויקטאָר וואַסנעצאָוו בילד פֿון 1880

א מאַגישער טעפּעך (אויך גערופן א פֿליענדיקער טעפּעך) איז א לעגענדאַרישער טעפּעך וואס קען ווערן באנוצט צו טראַנספּאָרטירן זיינע רייַטערס צו זייערע ציל שנעל אדער שוין באַלד.

מאַגישע טעפּעכער האבן ערשטנס דערשייַנט אין דער אַראַבישער אדער פּערסישער פֿאָלקלאָר, און זיי זענען דערמאַנט אין די מעשיות פֿון טויזנט און איין נעכט. די הצלחה פֿון דער מעשה-ציקל אין אייראפע האט געבראַכט דער טערמין צו דער אייראפישער פֿאָלקלאָר.

לויט דער רוסישער פֿאָלקלאָר, די מכשפֿה באַבאַ יאַגאַ האט געגעבט א פֿליענדיקער טעפּעך צו איוואַן דער נאַרישער. דער טעפּעך ווערט באַשרייַבט אין פילע בילדער פֿונעם רוסישער מאָלער וויקטאָר וואַסנעצאָוו.

אַ סאַך פֿילמען האבן גענוצט מאַגישע טעפּעכער, וואס שליסן איין די "דער גנב פֿון באַגדאַד" פֿילמען (1924 און 1940) און דער אַנימירטער פֿילם "אַלאַדין" פֿון די וואָלט דיזני פירמע.

יידישקייט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די באַשרייַבונג פֿון א מאַגישער טעפּעך דערשייַנט אויך אין דער יידישער פֿאָלקלאָר, אין די לעגענדע פֿון דער טעפּעך פֿון שלמה המלך, וואס פֿליט דורך שלמה'ס קאנטראל איבער דער ווינט און דערלויבט אים צו עסן פֿרישטיק אין דמשק און נאכטמאל אין מדי.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: מאַגישע טעפּעכער