לבנה
די לְבָנָה (סימבאל: ) איז דער איינציקסטער נאַטורליכער סאטעליט ארום דעם ערד פלאנעט. זי איז איינער פון די גרעסטע נאטירלעכע סאטעליטן אין דער זון סיסטעם.
די ווייטקייט צווישן דער ערד מיט דער לבנה איז 380.000 קילאָמעטער. די לבנה מאַכט די קרייז אין 27.32 טעג. דער געוויינליכער חודש איז לענגער בערך צוויי טעג, ווייל ביידע, די ערד און די לבנה, גייען ארום די זון. די דורכשניטליכע ריכטיגע מאנאַט-צייט איז 29 טעג, 12 שטונדן און 44 מינוט, מיט 3.33 סעקונדעס.
פֿון דער ערד זעט מען שטענדיג די זעלבע זײט פון דער לבנה.
מען קען זען די לבנה פון דער ערד ביינאכט, אויך אפטמאל ביי טאג ווען דער זעבאר טייל פון דער לבנה איז גענוג גרויס. אזוי ווי די לבנה איז נאנט צו דער ערד קען מען זי זען גרינג אן א טעלעסקאפ אדער א בינאקל, און מען קען אפילו דערקענען קראטערן אויף דער לבנה.
די גרייס פון דער לבנה איז א פֿערטל פון דער גרייס פון דער ערד; גראוויטאציע אויף דער לבנה איז שטארק א זעקסטל ווי אויף דער ערד. דער באאיינפלוס פון דער לבנה׳ס גראוויטאציע שאפט די ים-פלייצן אין די ימען און אקעאנען אויף דער ערד, ווי אויך אן ערד-פלייץ.
עס האט ניין פאָרמעל נאמען אנדערעס אלס "די לבנה", "דער מונד"; אָדער "לונאַ" אין לאַטייניש.
די דורכשניטלישע ווײטקייט צווישן די לבנה און די ערד איז 384,403 קילאָמעטער (238.857 מייל). דער דורכמעסער פון די לבנה איז 3.477 קילאָמעטער.
פֿאַזעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די לבנה האט נישט קיין אייגענע ליכט. במשך א חודש זעט מען די לבנה לויט דאס ליכט וואס איז אפגעשפיגלט פון דער זון. אינמיטן חודש קען מען זען די גאנצע לבנה אבער רוב פונעם חודש זעט מען נאר א טייל פון דער לבנה.
אויספארשן די לבנה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אזוי ווי די לבנה איז גאנץ נאנט צו דער ערד איז זי אויך דער איינציקע הימלישער קערפער צו וועמען מען האט געשיקט מענטשן. אין 1959 האט דער ראטנפארבאנד געשיקט דריי סאטעליטן צו פארשן די לבנה: לונא 1, לונא 2 און לונא 3. דאַס ערשטע מענטשליך געמאכטע אָביעקט צו לאנדן אויף דער לבנה איז געווען "לונאַ 2". דאס ערשטע בילד (פאָטאָגראפיע) פֿון דער זונסט אַנזיכטבארער וויַיטער זייט פֿון דער לבנה איז געמאכט געווארן פון "לונאַ 3" דאס זעלבע יאר. דער אמעריקאנישער אפאלא פראגראם איז דער איינציקסטער פראגראם וואס האט געשיקט מענטשן צו לאנדן אויף דער לבנה. די ערשטע לײַט אויף דער לבנה זענען געווען די אַסטראָנויטן פון "אַפאָלאָ 11" אין 1969. צווישן די יארן 1969 ביז 1972 האט דער אפאלא פראגראם אויסגעפירט לאנדן אויף דער לבנה זעקס מאל.
אבער מאנכע ווילן לייקענען די גאנצע ארויפפליען צו די לבנה אלץ הוילע פראפעגאנדע פון דער אמעריקאנישער רעגירונג אין קאנקארענץ מיטן דעמאלטסדיגען גרויסמאכט רוסלאנד, און אז עס איז קיינמאל נישט פארגעקומען אין ווירקליכקייט.
אייגנשאפטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אזוי ווי די לבנה איז קלענער פון דער ערד, איז איר גראוויטאציע ווייניגער, אומגעפער 1/6 פון אויף דער ערד). למשל א מענטש וואס וועגט 120 קילאגראם אויף דער ערד, וועגט ער נאר 20 קילאגראם אויף דער לבנה. דאך פאלן זאכן אויף דער לבנה, אבער פאמעלעכער.
פון דער ערד זעט אויס דער הימל בלוי; דאס איז ווייל די בלויע שטראלן פון דער זון שפרינגען אפ פון די גאזן אין דער אטמאספער, און דערפאר זעט עס אויס אז בלויע ליכט קומט פונעם הימל. אויף דער לבנה אבער וואס האט נישט קיין אטמאספער, זעט אויס דער הימל שווארץ, אויך ביי טאג. אויך, אן אן אטמאספער האט די לבנה נישט קיין שוץ קעגן שטיינער וואס פאלן פונעם קאסמאס, די מעטעאריטן פארן אריין אין דער לבנה און שאפן ברייטע לעכער וואס מען רופט קראטערס. די לבנה האט טויזנטער קראטערס.
די לבנה איז דער צווייט־געדעכטסטער סאטעליט אין דער זון סיסטעם. (דער מערסט־געדעכטער סאטעליט איז יא, איינע פון די לבנות פון יופיטער. דאס אינוועניסטע הארץ פון דער לבנה איז פארהעלטנמעסיק קליין, מיט א ראדיוס פון אומגעפער 350 קילאמעטער אדער אפשר ווייניגער, בערך 20% פונעם ראדיוס פון דער לבנה.
אטמאספער פון דער לבנה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אטמאספערישע אייגנשאפטן | |
---|---|
אטמאספערישער דריק | 3×10-13 kPa |
העליום | 25% |
נעאן | 25% |
וואסערשטאף | 23% |
ארגאן | 20% |
מעטאן אמאניאק קוילן זייערס |
זכר |
ס׳איז אנגענומען אז די לבנה האט נישט קיין אטמאספער אבער דאס איז נישט אינגאנצן פינקטלעך[1], די לבנה האט א זייער שיטערן אטמאספער וואס איז צוזאמגעשטעלט בעיקר פון וואסערשטאף, העליום, נעאן און ארגאן, ווי אויך זייער קליינע קוואנטיטען פון אנדערע סובטסטאנצן ווי למשל קוילן זייערס, ראדאן, מעטאן, אמאניאק, שפורן פון זויערשטאף און א נישטיקן קוואנטיטעט פון וואסערדאמף.[2]. דער קוואל פון די גאזן אינעם אטמאספער איז נישט קלאר, אבער עס ווערט גערעכנט אז זיי קומען פון עטלעכע מקורות: זון־ווינט, זון־שטראלונג, שיכטן פון ראדיאאקטיווע שטיינער, מיקרא מעטעאריטן און איבערבלייב גאזן פון די אפאלא קאסמאס־שיפן.
צוליב דעם דינעם אטמאספער פון דער לבנה, ממילא האט זי אויך כמעט נישט קיין לופט־קעגנשטעל. אָן קיין אטמאספער איז די לבנה נישט געשיצט פון היץ אדער קעלט. די אסטרוינאטן וואס זענען געווען אויף דער לבנה האבן געדארפט זיין אנגעטון קאסמאס־קליידער און טראגן זויערשטאף כדי צו קענען אטעמען. דער וואג פון די קליידער איז געווען באלד אזוי ווי דער וואג פונעם מענטש, אבער מיט א קלענערער גראוויטאציע איז עס נישט געווען שווער.
דער אונטערשייד צווישן די הויכע טעמפעראטורן בייטאג (100 גראד צעלזיוס) און ביינאכט (-170 גראד צעלזיוס) אויף דער לבנה, ווערט געשאפן אן אטמאספערישן צי צו דער קאלטער זייט, צוליב דעם וואס די גאזן ווערן פארפרוירן און ליגן אויפן באדן, אזוי שאפן זיין א לייכטן דריק וואס ציט די גאזן פון דער ווארעמער זייט.
ארביט פון דער לבנה און זיין איינפֿלוס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די לבנה איז דער הימלישער קערפער וואס איז דער נענטסטער צו דער ערד, און דער דורכשניטלעכער ווייט פון איר צענטער צום צענטער פון דער ערד איז אומגעפער 384,403 קילאמעטער, וואס איז 30 מאל אזוי פיל ווי דער דיאמעטער פון דער ערד, בערך, מיט א וואריאציע צווישן 363 טויזנט קילאמעטער (ביים פעריגיי – דער נענטסטער פונקט אין דעם ארביט פון דער לבנה צו דער ערד) און עטלעכע 405 טויזנט ק"מ (ביים אפאגיי – דער ווייטסטער פונקט פון דער ערד אין דער לבנה׳ס ארביט). אין 1969 האבן די אסטראנויטן פון אפאלא 11 אויפגעשטעלט אויף דעם אייבערפלאך פון דער לבנה א ליכט־רעפלעקסיע סיסטעם וואס איז געווען אנגעצייכנט רעפלעקטירן לייזער ליכט. זייט דעמאלסט האט מען געמאסטן אז די לבנה דערווייטערט זיך פון דעם ערד־פלאנעם מיט דורכשניטלעך 3.8 צענטימעטער א יאר.[3].
די גראוויטאציע־צי אויף דער לבנה איז א זעקסטל פון דער צי אויף דער ערד.
די לבנה גייט ארום א גאנצן ארביט ארום דער ערד יעדע 27.3 טעג, בערך, (א שטערן-מאנאט). דער ערד-פלאנעט פראגרעסירט אויף זיין ארביט ארום דער זון אין לויף פונעם שטערן-מאנאט, דערפאר קומט די לבנה נישט צוריק צו איר פֿאַזע נאך איין ארביט. די צייט וואס עס דויערט צווישן גלייכע לבנה־פאזעס, למשל צווישן איין מולד פון דער לבנה ביז דעם נעקסטן, איז אומגעפער 29.5 טעג (סינאדישער מאנאט). דער אונטערשייד צווישן די צוויי סארטן מאנאטן שטאמט פון די פארשיידענע סיסטעמען - דער שטערן־מאנאט איז די צייט פון אן ארביט אין דער סיסטעם וואו די שטערן רוען, און דער סינאדישער מאנאט איז די צייט פון אן ארביט אין דער סיסטעם וואו די ערד רוט.
אסטראנאמען האלטן היינט אז דער ארביט פארלענגערט זיך ביסלעכווייז דורך דער היסטאריע (מיט איין סעקונדע יעדע 500 יאר) צוליב דעם וואס די לבנה דערווייטערט זיך ביסלעכווייז פון דער ערד.
די לבנה דרייט זיך אין א סינכאנער ראטאציע: זי דרייט זיך ארום איר אַקס אין דער זעלבער צייט ווי זי ארביטירט די ערד. אזוי ווייזט די לבנה כמעט דאס זעלבן פנים קעגן דער ערד. אסטראנאמען האלטן אז אמאל האט די לבנה זיך געדרייט גיכער, אבער מיט א צייט צוריק איז די ראטאציע געווארן פאמעלעכער און האט זיך פארשלאסן מיט ים־פלייץ. די זייט פון דער לבנה וואס ווייזט א פנים צו דער ערד רופט מען די נאענטע זייט, און די צווייטע זייט די ווייטע זייט. טייל רופן די ווייטע זייט די ״טונקעלע זייט״, אבער דאס איז א טעות ווייל די ווייטע זייט באקומעט ליכט פון דער זון איין מאל א חודש, ביים מולד, גענוי ווי די נאענטע זייט.
אין 2016 האבן פלאנעטארישע וויסנשאפטלער געטראפן, ניצנדיק דאטן וואס מ׳האט געזאמעלט ביי דער NASA לבנה פראספעקטאר מיסיע, צוויי וואסערשטאף־רייך ערטער אויף פארקערטע זייטן פון דער לבנה, אפשר איז דאס אייז.
שטודיעס פון די אוראלטע צייטן און מיטל־אלטער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פארשטיין די ציקלען פון דער לבנה איז געווען פון די ערשטע אנטוויקלונגען פון אסטראנאמיע: דורך די 5טער יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג, האבן די בבלישע אסטראנאמען באריכטעט דעם 18-יעריגן סאראס ציקל פון ליקוי לבנהס,[4] און אינדישע אסטראנאמען האבן באשריבן דער לבנה׳ס מאנאטלעכע פארלענגערונג.[5] דער כינעזישער אסטראנאם שי שען (4טער יארהונדערט) פאר דער ציווילער רעכענונג האט געגעבן אנווייזונגען פאראויסזאגן ליקויי חמה און ליקויי לבנה.[6]
די לבנה אין דער יידישער קולטור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין דער יידישער מסורה איז די לבנה א וויכטיגער סימבאָל. עס זיינען דאס ענדע און דער תחילה פאָן דעם מונטאטען: דער "ראש חודש". אין דעם אידישן לוח רעכענט מען די חדשים לויט די לבנה. א געוויינלעך יאר האט צוועלף חדשים, און אן עיבור־יאָר האט דרײַצן.
עס איז זייער שיין מיט אירע פארשידענע פארעמעס און קאלירן.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Space Settlements: A Design Study פארשונג פון NASA, צוגאב J צו קאפיטל 5: IMPACT UPON LUNAR ATMOSPHERE
- ↑ Moon Fact Sheet, NSSDC, ביי NASA
- ↑ ד"ר מאיר ברק (1טן סעפטעמבער 2009). מדוע הירח מתרחק מכדור הארץ?. (אויף העברעיש)
- ↑ Aaboe, A.; Britton, J. P.; Henderson,, J. A.; Neugebauer, Otto; Sachs, A. J. (1991). "Saros Cycle Dates and Related Babylonian Astronomical Texts". Transactions of the American Philosophical Society (American Philosophical Society) 81 (6): 1–75. JSTOR 1006543. doi:10.2307/1006543.
One comprises what we have called "Saros Cycle Texts", which give the months of eclipse possibilities arranged in consistent cycles of 223 months (or 18 years).
- ↑ Sarma, K. V. (2008). in Helaine Selin: Encyclopaedia of the History of Science, Technology, and Medicine in Non-Western Cultures, 2, Springer, 317–321. ISBN 978-1-4020-4559-2.
- ↑ Needham 1986, p. 411.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
די זון סיסטעם |
---|
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס |
פלאנעטן · קארליק-פלאנעטן · לבנות: ערדיש · מארסיש · אסטערוידיש · יופיטעריש · סאטורניש · אוראניש · נעפטוניש · פלוטאניש · ערידיש |
SSSBs: מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קויפער פאס/פארשפרייטער דיסק) · קאמעטן (אורט וואלקן) |
זעט אויך אסטראנאמישע אביעקטן און דער זון־סיסטעמ'ס רשימה פון אביעקטן, סארטירט לויט ראדיוס אדער מאסע. |
רשימה פֿון פּלאַנעטן |