קידוש לבנה
קידוש לבנה איז א תפילה וואס יידן זאגן יעדן חודש ווען די לבנה איז געווארן גענוג גרויס כדי מ'קען האבן הנאה פֿון איר ליכט. דער מנהג איז לכתחילה צו זאגן קידוש לבנה שבתע־נאכט.
ס'זענען דא פֿארשידענע מנהגים ווען מ'קען אנהייבן „מחדש זײַן די לבנה", ד.ה. זאגן די תפילה „קידוש לבנה". אשכנזים און מאראקאנער יידן האלטן אז מען מעג שוין זאגן דרײַ טעג נאכ'ן מולד, לויטן חזון איש ווארטן מען פֿינף טעג. ספרדים און חסידים פירן זיך לויטן מחבר און ווארטן זיבן טעג. די לעצטע צײַט וואס מ'קען זאגן קידוש לבנה איז ממש אינמיטן דעם חודש, ד.ה. 14 טעג 18 שעה 22 מינוטן נאכ'ן מולד, ווען די לבנה הייבט אן צו ווערן קלענער. אויך נאך א ליקוי לבנה איז מען נישט מחדש די לבנה, ווייל דאס פאסירט ווען די לבנה איז פול.
אחוץ די ברכה (מסכת סנהדרין) איז אויך דער מנהג צו זאגן פארשידענע קאפיטלעך תהלים און אנדערע פסוקים וואס ווערן געברענגט אין מסכת סופרים.
סדר פון וואכעדיגן דאווענען |
תפילת שחרית - ברכות השחר | קרבנות | פסוקי דזמרה | קריאת שמע | שמונה עשרה | חזרת הש"ץ, קדושה און ברכת כהנים | תחנון | קריאת התורה | אשרי יושבי ביתך | למנצח | קדושה דסידרא | שיר של יום | פיטום הקטורת | עלינו לשבח תפילת מנחה - קרבנות | אשרי יושבי ביתך | שמונה עשרה | חזרת הש"ץ און קדושה | תחנון | עלינו לשבח תפילת ערבית - קריאת שמע | שמונה עשרה | עלינו לשבח | קידוש לבנה |