קוילן זייערס
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דאס קוילן־זייערס (כעמישע פארמל: CO2) איז א כעמישע פרעפאראט פון א קוילנשטאף אטאם מיט צוויי אקסיגען אטאמען. נארמאל איז דאס א גאז אין סטאנדארט טעמפראטור און דרוק.
קוילן־זייערס ווערט נישט פליסיג, אבער עס ווערט סאליד ווען די טעמפעראטור איז אונטער -78 °C. ווען עס איז הארט (סאליד) ווערט עס גערופן טרוקן אייז.
פלאנצן נעמען אריין קוילן־זייערס צו מאכן עסן, אין א פראצעס וואס הייסט פאטאסינטעז.
פראדוקציע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
אינדוסטריעלער קוילן־זייערס ווערט פראדוצירט אין איינעם פון זעקס פראצעסן:[1]
- פארכאפן נאטירלעכן קוילן־זייערס קוואלן
- ווי א ביי־פראדוקט פון וואסערשטאף פראדוקציע, וואו מען פארוואנדלט מעטהאן אויף CO2;
- פארברענען פאסיל-ברענשטאף אדער האלץ
- ווי א ביי־פראדוקט פון יערן צוקער ביים ברייען ביר, וויסקי און אנדערע אלקאהאלישע געטראנקען
- פון דעקאמפאזיציע פון קאלכשטיין ווען מען מאכט קאלך.
ניצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
קוילן־זייערס ווערט געניצט אין דער אויטאמאביל אינדוסטריע פאר שווייסן, כאטש די אינערטע גאזן ארגאן און העליום זענען בעסער פאר דעם צוועק, אבער זיי זענען טייערער.