לדלג לתוכן

חפץ חיים

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ישראל מאיר הכהן מראדין)
רבי ישראל מאיר הכהן
אלט זייענדיג 91, אויף זיין וויזיט צום פוילישן פּרעמיער מיניסטער
אלט זייענדיג 91, אויף זיין וויזיט צום פוילישן פּרעמיער מיניסטער
געבורט 6 פעברואר 1838
י"א שבט תקצ"ט
זשעטל, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 15 סעפטעמבער 1933 (אלט 95)
כ"ד אלול תרצ"ג
ראדין רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג ארטאדאקסישע יידנטום רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג הלכה, תשובה, מוסר, תנ"ך, אגדתא, סדר קדשים
תלמידים אלחנן וואסערמאן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
חיבורים משנה ברורה, חפץ חיים, שמירת הלשון, זכור למרים, אהבת חסד, מחנה ישראל, ליקוטי הלכות, נדחי ישראל, ספר המצוות הקצר, חומת הדת און נאך
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

דער חפץ חיים, רבי ישראל מאיר הכהן[1] פון ראדין (י"א שבט תקצ"ט - כ"ד אלול תרצ"ג), איז געווען דער גרינדער פון דער ישיבה אין ראדין, פוילן, און איינער פון די גרינדער פון אגודת ישראל. ער האט פארפאסט די איינפלוסרייכע ספרים חפץ חיים און משנה ברורה, וואס זענען ברייט אויפגענומען אין דער יידישער וועלט, און נאך א סך ספרים.

ישראל מאיר איז געבוירן געווארן אין זשעטל, ליטע (היינט בעלארוס), י"א שבט, ה'תקצ"ט. ביי די צען יאר איז ער פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין פאטער. זיין מוטער האט חתונה געהאט א זיווג שני מיטן נאמען פאפקא. ווען ישראל מאיר איז געווען אלט 17 יאר האט ער חתונה געהאט מיט זיין שטיף-שוועסטער.

ער איז געווען א תלמיד פֿון ר' נחום'קע פֿון הורודנא.

נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין ראדין, א שטעטל נישט ווייט פון ווילנע. שפעטער איז ער געווארן א ראש ישיבה אין וואשילשאק, ווילנער גובערניע; דארט פלעג ער עסן ביים ראש ישיבה, רבי יצחק הכהן קאפלאן. זיין געהאלט איז געווען 50 רובל א זמן.

א שטיק צײַט האט ער פֿארדינט זיין פרנסה פֿון א קלייט וואס ער האט געהאלטן, אבער שפעטער האט ער זי פֿארמאכט, זאגנדיג אז ער נעמט אוועק פרנסה פֿון די אנדערע סוחרים.

ער איז געווען פֿון די גדולי הדור און איז געווען איינער פֿון די מייסדים פֿון אגודת ישראל.

צווישן די ספרים וואס ער האט געשריבן זענען דער "חפץ חיים" (וועגן די דינים פֿון לשון הרע, רכילות און מוציא שם רע) און "שמירת הלשון" (וואס רעדט ארום די וויכטיגקייט פֿון געבן אכט אויף וואס מען רעדט ארויס. ווי אויך "ליקוטי הלכות" אויף די מסכתות אין סדרים זרעים און קדשים וואס האבן נישט קיין רי"ף.

ער האט אויך ארויסגעגעבן דעם באקאנטן "משנה ברורה" דער הלכה ספר וואס איז געווארן צאמגעקליבן דורך א שטאב כולל אינגעלייט אונטער זיין אנפירערשאפט, און געווידמעט זיין לעבן מען זאל נישט רעדן קיין לשון הרע שלעכטע רייד אויף אן אנדערן.

געווען א גרויסער עניו, און אליינס פארקויפט זיינע ספרים.

ער איז נפטר געווען אין ראדין אום כ"ד אלול ה'תרצ"ג.

פון זיין ערשטן זיווג:

  • הרב אריה לייב הכהן פופקא
  • גיטל - ווייב פון הרב אהרן הכהן, מחבר הספר "עבודת הקרבנות".
  • שרה – ווייב פון הרב צבי הירש לעווינסאן, רעכטער האנט פונעם חפץ חיים אין דער ראדינער ישיבה
  • אברהם – נפטר אין תרנ"ב, אין זיינע 20ער יארן.

פון זיין צווייטן זיווג:

  • הרב אהרן הכהן קאגאן – אין די 1940ער יארן איז ער געווען רב פון א שול אין מאנטרעאל, קאנאדע. אין 1945 איז ער אריבער קיין ניו יארק. נפטר אין תשי"ז. קיינמאל נישט חתונה געהאט.
  • פייגא חיה – ווייב פון הרב מנחם מענדל זאקס.
    • הרב הלל זאקס, ראש ישיבה פון חברון און כנסת הגדולה

רשימה פון ווערטער אויף יידיש וואס מען טרעפט אין דעם חפץ חיים׳ס ספרים

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ניו יארק טיימס ארטיקל

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ניו יארק טיימס צייטונג האט א טאג נאך דעם חפץ חיים'ס פטירה פארעפנטלעכט אן הספד אויף זייער הויפט זייט. צווישן אנדערע זאגן זיי אז ער איז געווען 105 יאר אלט.

  1. ער האט נישט גענוצט זיין פאמיליע נאָמען; זיין נאָמען "כהן" איז געווען טראַנסקריבירט אין רוסיש ווי קאַגאַן און איז געבליבן ווי אַ פאַמיליע נאמען ביי עטלעכע פון זיינע קינדער. אין אפיציעלע דאָקומענטן ערשיינט ער מיטן נאָמען פופקא, וואָס זיין עלטערער זון האט אויך אַדאַפּטירט. זעט מער: ראובן אליצור, דגל מחנה ראובן, בני ברק תשע"ב, עמ' שעו-שעז. דער אָריגינעלער בריוו ווערט געברענגט אין שנות דור ודור, ראובן דוב דעסלער, ירושלים תש"ס, עמ' רצג-רצד.