רי"ף
מראה
געבורט |
1013 אלזשיר |
---|---|
טויט |
19 מאי 1103 (אלט 90 בערך) שפּאַניע |
פאך | רב, שרייבער, פוסק |
דער רי"ף - רבי יצחק בן יעקב אלפסי אדער רב אלפס (ד'תשע"ג - י אייר דתתס"ג) איז געווען א ספרד'ישער ראשון און פון די ערשטע פוסקים ביי כלל ישראל.
ער האט געלעבט צווישן די ענדע פון תקופת הגאונים און אנהייב ראשונים. מ'זעהט טאקע ווי דער רי"ף פארכט זיך נישט צו קריגן אויף א גאון.
איבער דעם נאמען אלפסי איז דא וואס זאגן אז ער האט האט זיך באזעצט אין די שטאט פאס אין מאראקא, אבער אנדערע זאגן אז עס איז בלויז געווען א פאמיליע נאמען וואס צייגט אז ער שטאמט פון פאס און ער זעלבסט איז נישט דארט געווען.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער רי"ף איז געבוירן אין אלזשיר און געלערנט אין טוניסיע ביי רבינו חננאל און רבינו ניסים גאון.
אויף דער עלטער איז ער געווען געצווינגען צו אנטלויפן קיין שפאניע צוליב מסירות פון בעלי דינים וואס ער האט גע'פסק'עט קעגן זיי.
ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- הלכות רב אלפס, זיין מערסט באוואוסטער ווערק
- שאלות ותשובות אין הלכה
תלמידים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ר"י מיגאש
- רבי יהודה הלוי, מחבר פונעם כוזרי, (לויט טייל היסטאריקער)